top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בריך מתייך: יהדות פראנקרייך מקבל בהדרת כבוד הגאון הגדול רבי דוב לאנדא ראש ישיבת סלאבאדקע | ערשטע בילדער

מיטוואך פ' כי תבוא • ט"ו אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

נעכטן אין די צופרי שעה'ן האט מרן הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע געלאנדעט אין פראנקרייך, אנהייבנדיג דערמיט די פרישע מסע גדולי התורה וואס פארט שוין ארויס צום פערטן מאל קיין חוץ לארץ, פאר'ן "קרן עולם התורה" אפצוראטעווען די עולם התורה והישיבות אין ארץ ישראל.


דער אפשטאט אין פראנקרייך וואס איז געווען געפלאנט צו זיין א בליץ-באזוך פון בלויז 24 שעה, איז עפ"י בקשת רבני צרפת פארלענגערט געווארן אויף מער פון 48 שעה, צו געבן די מעגליכקייט אפצורעכטן מעמדי וביקורי חיזוק פאר'ן יהדות צרפת, וואס זענען קרובים לליבו פונעם ראש ישיבה שליט"א.


אנקומענדיג לבית האכסניא איז אפגעהאלטן געווארן אן ענגע קבלת פנים דורך נכבדי ונגידי צרפת, און די עסקני ונגידי קרן עולם התורה, צווישן אנדערע האבן זיך משתתף געווען הגאון רבי יצחק כ"ץ שליט"א, הגאון רבי יהודה טולדנו שליט"א, הנגידים ר' שמעון גליק, ר' ראובן וואלף, ר' פנחס כהן, און נאך.


נאך מנחה איז אפגעהאלטן געווארן א וויכטיגע אסיפה בבית האכסניא לחיזוק עולם התורה, און תיכף נאך מעריב איז פארגעקומען א רייכע באנקעט פאררופן פאר די גרעסערע פילאנטראפן.


אויף מארגן מיטוואך איז געפלאנט אפגעהאלטן צו ווערן א גרעסערע אסיפה דורך די רבני צרפת, פארצולייגן און הערן חוות דעתו פונעם ראש ישיבה איבער פארשידענע אנגעלעגנהייטן וואס איז נוגע דעם ארטיגן אידנטום און בעניני חינוך, און צו הערן דעם ריכטיגן דעת תורה ווי אזוי צו רעאגירן צו די פארמערטע שנאת ישראל.


דורכאויס דעם טאג וועלן פארקומען נאך א רייע פון באנקעטן, און דער הויכפונקט וועט זיין ביינאכט, ביים צענטראלן כינוס חיזוק אינעם "לע דאם" קאמפלעקס אין פאריז, מיט א געשאצטע 20 טויזנט באטייליגטע. דערביי וועט מען זוכה זיין צום פולן משלחת פון גדולי התורה סיי פון ארץ ישראל און סיי פון פראנקרייך וואס שליסן זין אן אינעם מסע הצלה.


דער ביקור הוד וועט זיך שליסן דאנערשטאג, ווען דער ראש ישיבה וועט זיך באטייליגט ביי א מסיבת קבלת פנים אינעם רענסי געגנט, און דערנאך זיך אומקערן אהיים למעון קדשו אין ארץ ישראל.



Comments


bottom of page