top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

המוני בית ישראל אפגעגעבן כבוד האחרון ביים הארצרייסענדע לוי' פון הרה"ג רבי אלימלך וואסערמאן הי"ד

דאנערשטאג פ' וישלח • י"ז כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: דוד ארזני בחדרי חרדים


מיט פארקלעמטע הערצער און ערשיטערטע געמיטער האבן הונדערטער יודן היינט נאכמיטאג אפגעגעבן דעם כבוד האחרון ביים מסע הלוי' פון הגאון החסיד הקדוש ר' אלימלך וואסערמאן זצ"ל הי"ד דיין ומו''צ וועלכע איז היינט צופרי טראגיש אומגעקומען ביי די שוידערליכע טעראר אטאקע אין ירושלים. די לוי' איז ארויס פונעם שטוב פון זיין גרויסן שווער הגה''צ המופרסם רבי אשר פריינד זצ''ל אין ירושלים, וואו די בני המשפחה האבן זיך געזעגענט פונעם נפטר.

פון דארט האט די לוי' ממשיך געוועהן קיין קרית בעלזא וואו כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א איז ארויסגעקומען צו די לוי' אין מיטגעהאלטן די הספדים. עס האבן מספיד געוועהן דער ראשון לציון הגאון רבי יצחק יוסף, אין דער רב הראשי הגאון רבי דוד לאו, צווישן די הונדערטער משתתפים ביי די לוי' האבן זיך אנגעזעהן האדמור''ים מקרעטשניף ירושלים, פוריסוב, הגאון רבי יצחק אזרחי מראשי ישיבת מיר אין נאך.

דער דיין זצ''ל איז געברעגנט געווארן למנוחת עולמים אויפן הר המנוחות סמוך ונראה צום ציון פון זיין שווער הגה''צ רבי אשר פריינד זצ''ל.

שנשמע ונתבשר בשורות טובות.


































Comments


bottom of page