top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד פתיחת שערים פון נייעם ביהמ"ד 'מאורות חיים' דחסידי שבט הלוי אין שטאט אלעד

מאנטאג פ' כי תצא • ו' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעידט: שוקי לרר

 

אין דער שטאט אלעד האט זיך אין די טעג געעפענט די נייע ביהמ"ד 'מאורות חיים' דתלמידי וחסידי שבט הלוי, תחת נשיאותו פון כ"ק אדמו"ר משבט הלוי שליט"א. די בית המדרש איז נאך א רינגעלע אין די קייט פון בתי מדרשים דק"ק שבט הלוי אין בני ברק, ירושלים, אשדוד, בראכפעלד, ביתר און בארא פארק, און וועט דינען אלס לייכטטורעם פאר די יונגעלייט חסידי שבט הלוי וועלכע האבן זיך לעצטענס באזעצט אין שטאט אלעד. לכבוד די פתיחת שערי הבית מדרש איז כ"ק אדמו"ר משבט הלוי שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אין שטאט פארלאפענעם ראש חודש אלול וואו די רבי האט אין לויף פונעם טאג אויפגענימען דעם ציבור מיט קוויטלעך לקראת די הייליגע טעג, באנאכט איז די רבי שליט"א אנגעקומען צום נייעם ביהמ"ד און קובע געוועהן די מזוזה ביים אריינגאנג. נאכן דאווענען מעריב האט די רבי שליט"א אפגעראכטן א מסיבת ראש חודש ברוב עם הדרת מלך, און באותו מעמד קורא שם געוועהן דעם ביהמ"ד 'מאורות החיים' ע"ש ולזכרו פון אביו כ"ק גאב"ד זכרון מאיר זצ"ל בעל 'מחשבת הלוי'.

































Comments


bottom of page