top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קהל תולדות אברהם יצחק וועט זיך אריינציען צום נייעם ביהמ"ד הגדול והחדש אויף דעם יו"ט ראש השנה

דאנערשטאג פ' האזינו א' • כ"ח אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש


תלמידי וחסידי תולדות אברהם יצחק גרייטן זיך מיט עקסטאז און פריידיגע געפילן צו באנייען אויף דעם יום טוב ראש השנה די נייעם גיגאנטישן היכל הבית מדרש הגדול אין עיה"ק ירושלים, און זיך צייטווייליג אריינציען אויף די ירח האיתנים בצילא דמהימנותא עילאה.


ווי שוין געמאלדן דא אויף 'בחצרות הקודש' איז געלאזט געווארן אין גאנג די מאסיווע פארברייטערונג און איבערבויען פּראיעקט פונעם ביהמ"ד הגדול אין ירושלים, א אונטערנעמונג וואס דארף קאסטן העכער 5 מיליאן דאלאר!


דער ענדגילטיגער באשלוס צו גיין אויף דער אפּציע פון ערנסט מרחיב צו זיין גבולי הקדושה ביים עקזיסטירענדער שטח פונעם ביהמ"ד, דורך איבער בויען און פארברייטערן דאס ביהמ"ד הגדול מן המסד עד הטפחות איבערלאזענדיג בלויז די דרויסענדע ווענט, איז געפאסט געווארן אין די פארלאפענע ימי הספירה, און די ראשי הקהלה והמוסדות האבען באלד פארמירט א שטאב פון עסקנים וואס האבען באלד גענומען אויף זיך דעם אומגלויבליכן און קאלאסאלן פּראיעקט, אזוי אז דער נייער ביהמ"ד זאל קענען דערהאלטן נאך העכער 500 זיץ פּלעצער (920 פּלעצער אינאיינעם,) נאנט צו נאך 600 פרישע שטייען ערטער און כמעט 800 זיץ פּלעצער אינעם נייע עזרת נשים, וועלכע וועלן זיין פּלאצירט אין צוויי שטאקען פון דריי זייטיגע גאלעריעס, און בעיקר אז דער ערשטער פאזע פונעם קאלאסאלער בוי פראיעקט וועט זיין פארטיג ביז דעם יו''ט ראש השנה, אזוי אז דער נייער פארברייטערטער ביהמ"ד וועט שוין קענען אריינגיין אין באנוץ אויף די ירח האיתנים תשפ"ד.


דאס אלעס אדאנק די ווארימקייט פון נדיבי עם, נגידים מפוארים, ידידי בית "תולדות אברהם יצחק," וועלכע האבען געהערט דעם רוף פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, איבער דער נחיצות פונעם איבערבוי און פארברייטערונג פונעם בית מקדש מעט, און האבן אראפ געלייגט די ערשטע פאר מיליאן דאלארן, אז די געטרייע עסקנים פונעם "וועד קרן הבנין" זאלען טאקע באלד קענען צוטרעטן אל הקודש, און זאפארט אנפאנגען מיט דער קאלאסאלער בוי אונטערנעמונג, אין ליכט פון די קורצע צייט וואס עס איז פאראן ביז'ן געפּלאנטן ערגענצונג טערמין.


אין די לעצטערע טעג האבן די עסקנים אריינגעלייגט פיל כוחות און ריזיגע סכומים און די ארבעט גייט אן רונדע דעם זייגער צו קענען פארענדיגן די ערשטע פאזע און זיך אריינציען אינעם נייעם היכל הבית מדרש און עזרת נשים שוין אויף דעם יום טוב ראש השנה צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור וואס קומט יאר יערליך מסתופף זיין בצל הקודש, בפרט ווען היי יאר איז ערוואטערט א אומגעווענדליכע פלייץ פון טויזנטער חסידים פון איבער די וועלט וואס קומען צופארן מיטצוהאלטן די גרויסע טעג בצילא דמהימנותא.








Komentarze


bottom of page