פלוצימע באַזוך פונעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך אינעם בית השחיטה פון די העדה החרדית "גלאט עוף"
- בחצרות הקודש

- 31 בדצמ׳ 2023
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' שמות • י"ט טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: דוד ארזני
היינט זינטאג אינדערפרי זענען די הונדערטער היימישע ארבייטער און שטאב פון שוחטים און בודקים אינעם בית השחיטה פון די העדה החרדית "גלאט עוף" אין ירושלים איבערראשט געווארן ווען זיי האבן פלוצים באמערקט דעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל 'תשובות והנהגות', וועלכער איז אנגעקומען אן קיין פריערדיגע מעלדונג צום בית השחיטה, אויף אַ פלוצימע באזוך, כדי נאכצוקוקן און נאכגיין פון דער נאנט די עבודת הקודש אין דעם בית השחיטה, וואס שטייט אונטער'ן שטרענגן השגחה פון די "העדה החרדית" און איז אונטער די אויפזיכט און עינא פּקיחא פונעם פוסק הדור שליט"א, וועלכער שטייט שוין איבער צוואנציג יאר אלס נושא בעול בראש ההשגחה פון די "העדה החרדית".
דאס קומט נאך דעם וואס דער רב פון די בית השחיטה הגאון הגדול רבי אהרן בראנדסדארפער שליט"א האט באזוכט ביים פוסק לרגל זיין התמנות אלס חבר הבית דין צדק, און ביים באזוך האט זיך די גאון אינטרעסירט איבער די כשרות פונעם בית השחיטה, און דאן אויסגעדריקט רצון קדשו צו קומען באזוכן אינעם בית השחיטה און זיך אומקוקן פון דערנאנט אויף אלע חומרות והידורים.
די פוסק הדור איז פאר איבער פערציג מינוט אַרומגעגאַנגען לענגאויס דעם גאַנצן בית השחיטה און זיך אומגעקוקט אויף דער מערכת הכשרות, באטראכטנדיג אלע הידורים וחומרות, אין באגלייטונג פון די רבנים, די חבר הבד"ץ הגאון רבי אהרן בראנדסדארפער שליט"א, הרה"ג ר' חיים יוסף בלויא און די ראשי וועד השחיטה און די שוחטים ובודקים אין משגיחים פון דער בית השחיטה וועלכע האבן ארומגעוויזן אלע פעולות אינעם שעכט הויז.
צום ערשט האט דער גאון בודק געווען די חלפים פון די שוחטים, ווען ער האט בודק געווען אלע מעסער'ס בכובד ראש, דאַן איז ער אַריין אינעם בית המטבחיים און אומגעקוקט אין די מלאכת הקודש פון די פועלים העושים מלאכתם בנאמנות, און אויך בודק געווען די מליחה און ארויסגעברענגט גרויס קורת רוח אז די מליחה ווערט געטוהן דווקא דורך יראים ושלמים, און אליינס איבערקוקט טייל פון די עופות, אויך האט די פוסק בודק געווען די ריאות און געענפערט אויף פארשידענע שאלות אין הל' שחיטה.
דער גאון שליט"א האט דאן אויסגעדרוקט זיין תענוג רוחני פון דעם שיינעם סדר, און געוואונטשן ברכות קדושות פאר אלע עוסקים במלאכת הקודש שלא יצא מכשול מתחת ידיהם, באזונדער האט די גאון מאציל געווען מברכות קדשו פארן רב הגאון הגדול רבי אהרן בראנסדארפער שליט''א חבר הבד"ץ זאל זוכה זיין ממשיך צו זיין במפעלותיו הכבירים און שטיין על משמר התורה וההוראה.















































תגובות