דאנערשטאג פ' וישלח • י"א כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש
במוצאי שבת יהיה האות הזה!
א פלאם פייער פון "בואו ונצא" נעמט ארום דאס גאנצע יהדות החרדית אין ארה"ק, ווען מקהלות רבבות אלפי ישראל רישן זיך מיט א אש דקדושה ארויסצוגיין דעם מוצש"ק וישלח צום כינוס פונעם יאר, דער יערליכער "אסיפת הצלה" קעגן פגעי טעכנאלאגיע, בראשות המשפיע הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א וואס קומט פאר אין די גיגאנטישע היכלי "בית וויזניץ" אין בני ברק.
אין ליכט פון די ריזן ערווארטעטע ציפערן משתתפים, אויף א פארנעם ווי קיינמאל בעפאר, וועלן אלע "פיר גאלעריען" אינעם בית וויזניץ זיין מיוחד אויסשליסליך פאר מענער, אריינגערעכנט די פארענטשעס אויף די גאלעריען. אזוי אויך איז ארויסגעדינגען געווארן דער מאסיווער וויזניצער "היכל הטישן" אין א פארזוך צו דערשטרייטן דעם איבערפלוס פון צענדליגער טויזנטער אידן.
אריבער 200 באסעס וועלן טראנספארטירן דעם ציבור פון העכער 30 שטעט בכל רחבי הארץ. פיר צענטראלע באס סטאנציעס איז אוועקגעשטעלט געווארן אין 4 סטראטעגישע צענטערן ברחבי עיר בני ברק. די עסקנים געבן איבער אז עס איז ראטזאם ארויסצופארן אין א פריע צייטליכע שעה נאכ'ן זמן, צו קענען אויסמיידן די שווערע ערווארטעטע טראפיק.
אין די זעלבע צייט איז ארויס בחוצות ארה"ק קריטישע רופן פון אלע ארגאניזאציע וואס געבן זיך אפ צו העלפן דעם ציבור קעגן די פגעי טעכנאלאגיע, וואס רעכנט אריין 30 בארימטע ארגאניזאציעס, צווישן זיי די ארגונים "השומרים", "אשרינו", "פלפון כהלכה", און נאך פילע, וואס בעטן דעם ציבור צו טאן די מינימאלע השתדלות זיך צו באשיצן פון די אומגעהויערע טעכנאלאגישע נסיון, דורכ'ן זיך באטייליגן ביים כינוס האדיר, למען עתיד הדורות.
באזונדער זענען ארויס קריאות קדושות פון מערערע גדולי האדמורי"ם ורבנים בארה"ק, און בארימטע פוסקים ומשפיעים, צווישן זיי האט מען געהערט דעם קריטישן חובת השעה דורך מרן אדמו"ר מויז'ניץ, מרן פאר הדור הרה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער, הגה"צ המשפיע ר' אלימלך בידרמן, הרה"ג ר' משה שאול קליין – רב שכונת אור החיים בני ברק, הרה"ג ר' יעקב מאיר שטערן, מרן הגאון ר' יצחק זילברשטיין שליט"א, הרה"צ ר' שמעון גלאי שליט"א, ר' יצחק רצאבי שליט"א מגדולי פוסקי עדת תימן, הגאון ר' יעקב תופיק שליט"א גאב"ד העיר ביתר, און נאך.
לכבוד דעם התאספות רבתי יחד שבטי ישראל ווערן צוגעגרייט אריבער "צוואנציג טויזנט" פארציעס סעודות מלוה מלכה בהרחבה, און ווי אויך קאווע, מזונות און משקאות לרחוות הציבור הרבבות.
די דרשות ביים כינוס וועלן ווערן אויפ'ן פלאץ איבערגעזעצט אויף לשה"ק און ענגליש, און ווי אויך וועט זיין צוגעשטעלט א הוק-אפ צו קענען מיטהאלטן בשעת מעשה, און מ'וועט זיך אויך צאמקומען אין מערערע ערטער איבער די וועלט לשמוע את דבר ה' בשעת מעשה.
דער כינוס וועט זיך אנהייבן מיט די דרשה חוצבת להבות אש דורכ'ן משפיע הגה"צ רבי צבי מאיר מייסד ונשיא מפעל "אום אני חומה", דערנאך וועט מען זאגן ברוב עם 'ויתן לך', קאפיטל ק"ל פסוק בפסוק, קבלת עול מלכות שמים, נאכגעפאלגט מיט פייערליכע ריקודין קדישין באגלייט מיט מוזיק, פאר ארום פינף מינוט, און תיכף דערויף וועט מען צוטרעטן צום מעמד קידוש שם שמים, ווען דער ציבור הרבבות וועט חתמ'ען אין איינע פון די אכט קבוצות אין חבורת "אום אני חומה", און מ'וועט קענען אריבערגיין דאס פערזענליך איבערגעבן פאר הגה"צ רבי צבי מאיר שליט"א ולקבל ברכותיו.
להקהל ולעמוד על נפשם – לשמור ולעשות ולקבל – כל איש ישראל – איש בל יעדר!
Comments