top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

באשיידענעם מעמד 'הנחת אבן הפינה' פאר נייעם בנין הבית רחל ד'סאטמאר אין וויליאמסבורג

דינסטאג פ' חיי שרה • כ"ג חשון תשפ"ד| בחצרות הקודש


אין שטאט וויליאמסבורג איז פארלאפענעם וואך געפייערט געווארן די חגיגת 'הנחת אבן הפנה' פארן נייעם בנין הבית רחל ד'סאטמאר וואס ווערט געבויעט נעבן דעם עקזיסטירנדען 'בנין קויפמאן', עס איז געוועהן אין שפיץ פון כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט''א נשיא המוסדות.


אין די נאכמיטאג שעהן איז דער רבי שליט''א אנגעקומען און די זאלן אינעם בנין הבית רחל בנין קויפמאן צום מסיבת לחיים אינאיינעם מיט די נדיבים בעם בוני הבנין.

עס האט אויפגעטרעטן הרה״ח ר׳ אהרן הערש פריינד הי״ו חבר הנהלת המוסדות ווי ער האט איבערגעגעבן די דבר ההנהלה און ארויסגעברענגט אז מען שטייט דא אין דעם בנין וואס איז נארוואס פארענדיגט געווארן פאר אפאר יאר צוריק און אינצווישן האט מען שוין געדארפט באנייען א פרישן בנין הבית רחל 'בנין ריזל יכט' און דערמאנט לשבח די נדיבים בעם וואס האבן מנדב געווען פאנטאסטישע סומעס לטובת די אויפבוי פון די אלע בנינים אדירים.

דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש זאגנדיג 'כה תאמר לבית יעקב ותגיד לבני ישראל', אז מען וועט בויען דעם בנין הבית רחל הארט נעבן דעם ביהמ״ד החדש פון די קהילה איז פון איין זייט א בחינה פון כה תאמר לבית יעקב און פון די אנדערע זייט א בחינה פון ותגיד לבני ישראל נאך וואס די אונטערשטע שטאק וועט דינען אלס א היכל התורה פארן ביהמ''ד. דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח די אלע נדיבים בעם און די חברי הנהלה וואס געבן זיך אוועק אז מען זאל קענען אויפבויען די אלע בנינים אדירים לה' ולתורתו און אויסגעפירט מיט ברכות לרוב פאר אלע משתתפים. דערנאך האט דער רבי געטרינקען לחיים און די ציבור איז אדורך מקבל זיין ברכת הקודש, אין די רבי האט פארטיילט די נייע סעט פונעם ספר הק' 'ברך משה' פאר די נגידים אלס מזכרת. דאן איז דער רבי ארויס צום שטח הבניה וואו עס איז פארגעקומען די מעמד הנחת אבן הפינה, דער רבי האט געזאגט די פסוקים כנהוג אין דערנאך געגאסן דעם יסוד פארן בנין און מכבד געווען אחיו הגה"צ אב"ד זענטא שליט"א, די נדיבים בעם און די חברי הנהלה. צום שלוס האט זיך די רבי ארויסגעלאזט אין א ריקוד אויפן ניגון 'בורא עולם בקנין השלם זה הבנין'.
































bottom of page