top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וַיַּרְא מְנֻחָה כִּי טוֹב • האד' מגור וועט אפרייזן קיין שווייץ אויף אפרוה

מונטאג פ' פינחס - י"ד תמוז תשפ"ג | קול בחצרות


פון בית כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א איז געמאלדן געווארן, אז די קומענדיגע וואך וועט כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א אפרייזן מיט א פריוואטע פליגער קיין שווייץ, וואו דער רבי וועט וויילן פאר צוויי וואכן אויף אפרוה אינעם שטעטל דאוואס, דאס קומט נאכדעם וואס דער רבי איז נישט ארויסגעפארן פון ארץ ישראל אויף אפרוה די לעצטע פאר יאר, זינט די אויסברוך פון די קאראנע וויירוס.


לויטן יעצטיגן פלאן וועט דער גערער רבי שליט"א ארויספארן קיין שווייץ די קומענדיגע וואך מיטוואך כ"ג תמוז, דער רבי וועט האבן די אכסניא אין שטוב פון איינער פון די חסידים צווישן די בערג אין דאוואס, און די תפילות וועלן פארקומען אויף א פריוואטע פארנעם בבית האכסניא. צוויי וואכן דערויף וועט דער רבי זיך צוריקקערן קיין ארץ ישראל, און וויילן אויף אפרוה אין עיר הקודש צפת, בבית האכסניא אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' יעקב שלום פישער ע"ה, ביז די קומענדיגע חודש אלול, ווען עס וועט געפראוועט ווערן די קומענדיגע שמחת החתונה בחצר הקודש גור.

bottom of page