top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

צווייטער מעמד החלוקה פון "קרן תמכין דאורייתא" שע"י "ועד הפעולה - העדה החרדית" במעונו פון פוסק הדור

דאנערשטאג פ' מקץ • ב' טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש


א התרגשות'דיגע מעמד חלוקה איז פארגעקומען נעכטן מיטוואך אווענט במעון הקודש פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א, דורך 'קופת תמכין דאורייתא' שע"י וועד הפעולה פון די עדה החרדית וואס איז געגרינדעט געווארן עטליכע חדשים צוריק, מיטן ציל צו שטיצן די חשובע רבנים אין מורי הוראה פון די עדה החרדית וועלכע באדינען דעם ציבור געטריי יומם ולילה, ביים מעמד היסוד איז דאן פארטיילט געווארן די ערשטע תמיכה פון הונדערט טויזענט דאלאר פאר די חשובע רבנים און דיינים לקראת חג הסוכות.


אצינד שטייענדיג בימי החנוכה איז פארגעקומען במעון הקודש פונעם גאון די צווייטע חלוקה מיט די השתתפות פון חברי הבית דין צדק און גדולי דייני העדה החרדית,  וואו עס איז ווידער פארטיילט געווארן נאנט צו 100,000 דאלאר פאר אלע מורי הוראה וחברי הביד"צ שליט"א פון העדה החרדית, די געלטער זענען געשאפן געווארן אדאנק די ווארימע שטיצע פון תלמידי וחסידי סאטמאר בארצות הגולה.

די פוסק הדור האט א לענגערע צייט מעיין געווען אין די טשעקס וואס זענען פארטיילט געווארן, און מאציל געווען מברכות קדשו פאר אלע תומכים און מסייעים בגופם וממונם להצלחת המגבית אין געוואונטשן מען זאל זוכה זיין מגדיל זיין כח הרבנים ביתר שאת.












bottom of page