מוצאי שבת פ' בלק • י"ד תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
דעם קומעדיגן מיטוואך וועט מרן אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א אפרייזן קיין חלדודנא ענגלאנד ווי יאר יערליך, ווי די רבי וועט וויילן דורכאויס די זומער וואכן למנוחת הנפש, דעם פרייטאג ערב שבת האט די רבי שליט"א געדאווענט שחרית אין גרויסן בית המדרש אינאיינעם מיט אלע תלמידי הישיבות הקדושות פון גאנץ ארץ ישראל, ווי די רבי האט נאכן דאווענען משמיע געוועהן דברי פרידה פאר די בחורי חמד.
היינט מוצאי שבת נאך הבדלה אין גרויסן ביהמ"ד איז די גאנצע ציבור דורך אל מול פני הקודש זיך געזעגענען איידער די רבי לאזט זיך ארויס אין וועג, קומענדיגן מיטוואך נאכמיטאג וועט זיך די רבי הייבן אויפן וועג קיין ענגלאנד מיט א קורצע אפשטעל אין שטאט לאנדאן. די רבי וועט וויילן אויף אפרוה ביז קומעדיגן זונטאג פרשת ראה כ"א אב א טאג בעפאר די חתונה הגדולה בחצר הקודש וויז'ניץ, פון הכלה תחי' אייניקל פונעם שוואגער הגה"צ ראש ישיבת וויז'ניץ שליט"א, מיט די חתן א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א וואס וועט געפראוועט ווערן אין קרית מלך רב שיכון וויז'ניץ בני ברק.
Comments