דאנערשטאג פ' נשא מוצאי יו"ט שבועות • ז' סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש
אין א דראמאטישע שריט בחצר הקודש בעלזא, האט דער משמש בקודש הרב שמעון וואלף קליין הי"ט נעכטן מוצאי יום טוב שבועות פאר הבדלה אויסגערופן בפקודת הקודש ובנוכחות כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, במעמד אלפי חסידי בעלזא, דברים כדורבנות חוצבים להבות אש, וואס דער רב שליט"א האט געבעטן איבערגעבן אין ליכט פון די שוידערליכע אורטייל פון די ציוניסטישע רעגירונג אוועקצונעמען די קארגע ביינדל שטיצע פאר די לומדי התורה וועלכע דארפן זיך שטעלן צום מיליטער, און אפאלירט צו רבבות חסידי בעלזא בכל מקום אשר דבר המלך ודתו מגיע צו נעמען א חלק אינעם מלחמת קודש להחזקת התורה ולומדיה.
בראשית דבריו האט הרב שמעון וואלף אדרעסירט די קריטישער שעת חירום אין וואס דער ארץ ישראל'דיגער עולם התורה געפינט זיך, אין שאטן פונעם ביטערן גזירת הגיוס ווען די עוקרי הדת אין די ציוניסטישע ממשלה האבן אויסגערופן א מלחמה קעגן די לומדי התורה, און האבן ליידער אפגעהאקט די געלטער און פת לחמם פון די בני תורה, מיטן ציל זיי אריינצושליידערן צו זייער מיליטער, היו לא תהיה. דעריבער איז אצינד דער זמן גרמא זיך צו פאראייניגן כחומה בצורה קעגן די רודפי הדת און ארויסגיין במלחמתה של תורה להפר עצתם ולקלקל מחשבתם.
ר' שמעון וואלף האט איבערגעגעבן די פערזענדליכע בקשה פונעם רב שליט"א פון יעדן מאנשי שלומינו חסידי בעלזא אין ארץ ישראל און אין אויסלאנד זיך אנצוגארטלען מיט פינאנציעלע שטיצע צו ראטעווען די ישיבות פון צוזאמענבראך, און אוועקשטעלן א מעכטיגן בסיס די עולם התורה והישיבות זאל ווייטער קענען פונקציאנירן להגדיל תורה ולהאדירה.
די רב שליט"א בעט פון יעדער איינער נעמען אויף זיך לכל הפחות אויסהאלטן א יונגערמאן אויף בלויז איין חודש אין יאהר פארן מינימאלן סכום פון 250 דאללער, גענוי דער סכום וואס מען האט געשניטן פאר די לומדי התורה, וכל המוסיף מוסיפין לו. ער האט צוגעלייגט אז דורכדעם וואס מיר וועלן זיך שטעלן פעלזן פעסט אין די יעצטיגע זמן וועט מען קלארשטעלן קבל תבל ומלואו אז 'כל כלי יוצר עליך לא יצלח' און נצח ישראל לא ישקר', און זוכה זיין זעהן בהרמת קרן התורה ולומדיה, ער האט מסיים געווען מיטן ברכת הקודש פונעם רב שליט"א פאר אלע וואס וועלן זיך אנשליסן אינעם מערכה, זיי זאלן זוכה זיין צו חיי אריכי, בני ברוכי און מזוני רוויחי, און צו אלע ברכות האמורות בתורה.
די פייערדיגע ווערטער האבן געהאט א שטארקע אפלאנג ביי חסידי בעלזא אומעטום, און תיכף מוצאי יום טוב האט זיך פארמירט א באזע עסקנים אפצונעמען די תרומות הקודש פון די טויזנטער חסידים וועלכע האבן ארויסגעשריגן 'נעשה ונשמע' לקיים רצון צדיק.
Comments