מיטוואך פ' חיי שרה • כ"ד חשון תשפ"ד| בחצרות הקודש
אין א דראמאטישע שריט איז היינט אפגערופן געווארן דער יארצייט טיש בחצר הקודש בעלזא לרגל די הילולא פון הגה''ק מבילגרייא זצוק"ל צוליב א שוואכקייט ביי כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א, גלייכצייטיג איז באשטימט געווארן א יום תפילה עולמי אויף מארגן דאנערשטאג עצם יומא דהילולא יומא אין וועלכן כלל חסידי בעלזא וועלן זיך פאראייניגן אין מתפלל צו זיין לחיזוק הכוחות פונעם רב שליט''א מרן ישכר דוב בן מרים לבריאות השלימות.
היינט אויפדערנאכט איז די רב שליט''א אריינגעקומען צו מעריב אינעם גרויסן היכל אין קרית בעלזא, אין איז טראץ זיין שוואכע כוחות צוגעגאנען צום עמוד אין געזאגט די קדישים לכבוד די יאצרייט. נאך מעריב האט הגאון רבי פנחס פרידמאן ראש הכוללים ד'בעלזא אויפגעטראטן מיט א דרשת חיזוק פאר די טויזנטער תלמידי הישיבות הקדושות וועלכע זענען אריינגעקומען קיין ירושלים צום טיש, אין מעורר געוועהן די בחורים מרבה צו זיין בתפילה ולימוד התורה לזכותו פונעם רב שליט''א שיתחדש כנשר נעוריו אין קענען אנגיין לאנגע געזונטע יאהרן מיט די עבודת הקודש.
Comments