top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בארא פארק: פרעכטיגער מעמד "תורתו אמת" לכבודם פון אברכי כולל הוראה דחסידי וויזניץ געפייערט בראשות האד' מוויזניץ

  • לפני 6 שעות
  • זמן קריאה 3 דקות

מאנטאג פ' אמור • י' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

א פרעכטיגער מעמד כבוד התורה איז נעכטן אפגעראכטן געווארן אין ק"ק וויזניץ אין בארא פארק, וואו עס איז אפגעגעבן געווארן דעם פאסיגן כבוד התורה פאר די חשובע עמלי תורה, אברכי הכולל להוראה, וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט און זיך פארהערט מיט הצלחה אויף פילע מקצועות בהלכה, דער מעמד איז פארגעקומען אין די עטרת גאלדא זאל אין בארא פארק אין שפיץ פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וואס איז צוגאסט די טעג אין ניו יארק, און האט מפאר געווען ביים מעמד אינאיינעם מיט נאך פילע רבנים חשובים.


בעפאר די מעמד האט דער רבי געדאוונט מעריב מיט די חסידים, און מען האט געהאט די זכיה צו הערן קולו בקודש ביי ספירת העומר מיטן ספעציעלן נוסח פון יומא דפגרי.


גלייך דערויף איז דער רבי שליט"א ענטפאנגען געווארן צום מעמד מיט פייערליכע ניגונים דורך די בעלי מנגנים וועלכע האבן מהנה געווען בשירה וזמרה, בשעת דער רבי טאנץ אויף זיין פלאץ מיט גרויס התלהבות לכבודה של תורה. דער רבי שליט"א האט טועם געווען מזונות און געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור.


דער יושב ראש המעמד הרב עמרם געשטעטנער, האט מיט זיין רייכן שפראך ארומגערעדט איבער די גרויסע זכיה אז דער רבי שליט"א איז בתוכנו, און באגריסט די חשובע אברכים וועלכע זענען זיך ממית באהלה של תורה. נאכדעם האט דער ראש הכולל הרה"ג ר' ישראל ראזענבערג שליט"א ארויסגעברענגט מיט התפעלות דעם געוואלדיגן עמל התורה פון די אברכים וועלכע שטייגן מעלה מעלה בדרכו הבהירה פונעם רבי'ן שליט"א.

 

אלס נואם הכבוד האט אויפגעטרעטן הרה"ג רבי צבי אריה ראטענבערג שליט"א, רב דחסידי גור בארה"ב, וועלכער האט מרחיב געווען איבערן ענין פון התקשרות צום צדיק דורך לימוד התורה און יגיעה כדי צו קונה זיין ידיעת התורה על בוריו.


א באזונדערן רושם האט איבערגעלאזט די דרשה פון הגה"צ רבי מיכל שטיינמעץ שליט"א, דומ"ץ סקווירא בארא פארק, וועלכער האט אליין פארהערט די אינגעלייט אויף פילע הלכות און האט שטארק מפליא געווען זייערע ידיעות, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן רבי'ן ער זאל זוכה זיין צו זען נחת פון די אינגעלייט וכל הנלווים אליו.


א התרגשות'דיגע מאמענט איז געווען ווען עס איז אנגעקומען די בשורה טובה איבער א געבורט פון א אור אייניקל ביים רבי'ן שליט"א, וואו מען האט ספאנטאן אויסגעבראכן מיט פרייליכע געזאנגען און דער רבי האט ווארעם געוואונטשן מזל טוב פאר חתנו דער זיידע הרה"צ רבי משה מרדכי כץ שליט"א און די גאנצע משפחה.


דער הויכפונקט פונעם מעמד איז געווען די דברות קודש וואס דער רבי האט משמיע געווען איבער די מהות פון א בן תורה צו לעבן מיט די תורה יעדן רגע, און דערצו אנהאלטן די הייליגע דרכים פונעם פאטער דער ישועות משה. דער רבי האט אויך פערזענליך משבח געווען די פעולות פון די הנהלת הכולל, און דער ראש הכולל הרב ישראל ראזנבערג שליט"א, און ספעציעל ארויסגעהויבן די חשובע נשים צדקניות וועלכע שטייען לימינם פון די אברכי הכולל זיי זאלן קענען עוסק זיין על התורה ועל העבודה אן קיין טרדות.


צום שלוס פונעם מעמד האט דער רבי פארטיילט געבענטשטע וויין פאר די תומכי הכולל און פאר די אברכים מצוינים און זיך אויפגעשטעלט צו א פייערליכן טאנץ אויף ניגוני שמחה והודיה.

 

דער מעמד איז געווען באשיינט דורך א רייע רבנים ודיינים, צווישן זיי: כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט''א, כ"ק אדמו"ר מאונגוואר שליט''א, הגה"צ גאב"ד שטראסבורג שליט"א, אבד"ק ראדאמישלא שליט"א, הגה"צ רבי לוי יצחק גרינוואל שליט"א דומ"ץ פאפא ב"פ, הגה"צ רבי יהושע שלום ווייס שליט"א אבד"ק ספינקא, דייני קהילות הקודש בעלזא, סאטמאר, סקווירא, באבוב, אבד"ק מראה יחזקאל, אבד"ק בערזשאן, אבד"ק גלאגוב און נאך.



תגובות


bottom of page