אחים אנחנו: האד' מבאבוב פראוועט הילולא קדישא פון אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר מבאבוב זצוק"ל
- לפני 7 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' כי תשא • ט"ז אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בהתעוררות רב האבן חסידי באבוב אפגעצייכנט די 21'סטע יומא דהילולא קדישא פון כ"ק האדמו''ר הרה"ק רבי נפתלי צבי מבאבוב זצוק"ל בצל הקודש פון אחיו כ''ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א.
מוצאי שבת בליל ההילולא האט דער רב שליט"א געדאווענט תפילת מעריב פארן עמוד אין גרויסן ביהמ"ד. נאך מעריב האט דער רב געצינדן ליכט כנהוג.
שפעטער איז דער רב אריינגעקומען צום שולחן הטהור סעודת הילולא רבתי און סעודת מלוה מלכה און נאכן זינגען די זמירות למוצאי שבת, משמיע געווען אמרי קודש מיט א הערליכע דרוש לכבוד פורים כהכנה צו די גרויסע טעג הממשמשים ובאים, און בסיום דבריו דערמאנט די שווערע מצב בארצנו הקדושה און מעורר געווען רחמי שמים בזכותו הגדול פונעם בעל ההילולא.
זונטאג בעצם יומא דהילולא האט דער רב שליט"א געדאווענט די תפילות סיי שחרית און מנחה פארן עמוד לכבוד די יארצייט. אין די פארמיטאג שעות איז דער רב שליט"א ארויסגעפארן צום באבובער בית החיים אין ניו דזשערסי און פארגעזאגט ספר רביעי שבתהילים, תמניא אפי און די יהי רצון וואס איז געזאגט געווארן מיט א ספעציעלער התעוררות.
דערנאך האט הגה''ח ר' יודל לעזער הי"ו פארגעלערנט משניות און דער רב שליט"א האט מתפלל געווען א תפילה חרישית ביים ציון הק' פון אביו הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זי''ע.
דערנאך איז דער רב צוגעגאנגען צו די קברים פון אמו הרבנית מבאבוב ע''ה, די שווער הרה''ח המרומם ר' משה וואקסמאן ז''ל, די באבע הרבנית מבאבוב ע''ה אשת חבר פון הרה''ק בעל קדושת ציון מבאבוב זי''ע שטייענדיג אין די טעג ארום די יארצייט און די באבע הרבנית חנה רחל מציעשנוב ע''ה.









































תגובות