top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הנגיד ר' בערל ווייס הי"ו ביישטייערט פילאנטראפישע "מיליאן דאלאר" פאר "קרן הצלה" בנוכחתו פון בי"ד הגדול שבירושלים

  • Bechatzros admin
  • לפני 9 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' פנחס • כ''א תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

ביי א ספעציעלער מושב בי"ד נעכטן מיטוואך פ' פנחס אינעם ביד"ץ עדה החרדית אין ירושלים, האט דער לעגענדארער רחים ומוקיר רבנן ותומך תורה הרבני הנגיד ר' בערל ווייס הי"ו פון לאס אנדזשעלעס בייגעשטייערט די פילאנטראפישע נדבה פון א "מיליאן דאלאר" פאר'ן מוסד הק' "קרן הצלה" וואס האלט אונטער אריבער 170 מוסדות על טהרת הקודש בארה"ק.


ביים מושב בי"ד האבן מפאר כבוד געווען די שרי התורה הגאונים הגדולים חברי הביד"ץ שליט"א, ובראשם דער פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, וועלכע האבן אויסגעדרוקט די געוואלדיגע הכרת הטוב און רגשי תהלה פאר'ן בארימטן שר הצדקה ר' בערל וועלכער שטייט שוין פילע צענדליגער יארן לימין קרן הצלה מיט די סכומים אדירים בכל עת וזמן.


דער ספרא דדיינא הרב יצחק שלמה בלוי שליט"א האט געעפנט דעם מעמד, און דאן האט מען געהערט די דרשות פון די חברי הביד"ץ הגאון רבי אברהם יצחק אולמאן שליט"א און הגאון רבי חיים אורי פריינד שליט"א, און דערנאך די ווערטער פונעם בארימטן עסקן לכל עניני צדקה וחסד בארץ ובגולה הרה"ח ר' זעליג מענדלאוויטש, וועלכער איז געווען אינסטורמענטאל אין צושטאנד ברענגען די פרישע נדבה פון ר' בערל.


אינעם הויכפונקט האט מען זוכה געווען צו הערן די פייערדיגע דברות קודש פון הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א, וועלכער האט ארויסגעהויבן די גרויסקייט און חשיבות פון שטיצן די מוסדות הק' וועלכע זאגן זיך אפ פון געניסן די מינדעסטע שטיצע פון די ממשלה הטמאה, און ארויסגעברענגט בשבחו פון ר' בערל וואס גיסט אזעלכע גרויסע געלטער פאר דעם הייליגן צוועק.


דערנאך האט מען געהערט די הארציגע ווערטער פונעם נדיב ר' בערל, וועלכער האט בין הדברים ארויסגעברענגט אז הגם ס'איז ביי אים יעצט אנגעשטרענגט, און ס'קומט אים נישט אן אזוי לייכט צו געבן אזא סומע, אבער איינמאל די חברי הביד"ץ האבן אים געבעטן, האט ער זיך תיכף צוגעשטעלט און נאכגעקומען זייער בקשה בחפץ לב.


bottom of page