top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אנגעהויבן קבלת קהל אין בעלזא לקראת די הייליגע טעג; אויטאמאטישע הרשמה סיסטעם למען הסדר הטוב

דינסטאג פ' ראה • כ"ג אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

שטייענדיג א קארגע חודש אפגעריקט פון די ימים הנוראים הממשמשין ובאין האט כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א נעכטן זונטאג אנגעהויבן אויפנעמען די חסידים מיט קוויטלעך לברך ולהתברך בברכת השנים. אנגעהויבן פון די וואך ביז שבת סליחות וועט דער רב אויפנעמען קהל עדת צאן מרעיתו מידי שבוע בשבוע יעדע זונטאג דינסטאג און דאנערשטאג ווען יעדן טאג וועלן אריינגיין פרישע 500 משפחות חסידי בעלזא פון איבערן גאנצן לאנד. נאך שבת סליחות וועט די זמני כניסה זיין ספציעל רעזערווירט פאר די חסידים בני חוץ לארץ וועלכע קומען צו פארן פון אויסלאנד וויילן אויף די הייליגע טעג בצל הקודש.


למען הסדר הטוב וועט די קבלת קהל היי יאר צוגיין לויטן סדר וואס איז איינגעפירט געווארן די לעצטע צוויי יאהר דורך א סאפיסטאקירטע אויטאמאטישע טעלעפון סיסטעם וואס וועט שטארק פארגרינגערן פאר די טויזענטער חסידים פון זיך איינצושרייבן און באשטעלן א צייט אריינצוגיין בפתקי דרחמי' לקראת די ימי הרחמים והרצון. די טעלעפאנישער סיסטעם פון די זמני כניסה איז אויסגעשטעלט אז די חסידים זאלן קענען זיך אליין אויסוועלן און באשטעלן א פונקטליכע טאג וואס זיי ווילן אריינגיין, געצוימט צו 500 משפחות א טאג.


 צוליב די ריבוי העם בלי עין הרע האט דער רב שליט"א אנגעהויבן - שוין היינטיגן דינסטאג אויפנעמען דעם ציבור חסידים אינעם גרויסן שטוב אין קרית בעלזא אין ירושלים. אויך דאס יאהר וועלן די קינדער און בחורים נישט אריינגיין בשעת די געווענדליכע זמני כניסה, עס וועלן זיין ספעציעל דעזיגנירטע זמני כניסה פאר די תלמידי הישיבות הקדושות און תינוקת של בית רבן.


Comments


bottom of page