מאנטאג פ' במדבר • כ"ו אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
אין אן אייגנארטיגע מודעה וואס איז ארויס פאר חסידי צאנז אומעטום, איז געמאלדן געווארן אז לאור דעם ריבוי העם פון טויזנטער חסידים וואס קומען צו פארן לחסות בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, וועט אויף דעם יו"ט שבועות זיין צוגעשטעלט דער ברייטהארציגער "אש"ל מלא" בלויז פאר "מענער און בחורים", און נישט פאר די וואס קומען מיט די גאנצע הויז געזונד.
דאס קומט נאכדעם וואס די מקומות לינה וואס ווערט צוגעשטעלט אין די בניני המוסדות איז צר מהכיל, און איז געווארן אויסטערליש איבערגעשטרענגט צו קענען אקאמאדירן דעם ריבוי העם בליעה"ר פון טויזנטער געסט וואס קומען צו פארן פון אלע שטעט און פון אויסלאנד, און שוין נאכ'ן איינרישן אלע בניני המוסדות מיט אש"ל לאקאציעס, הערשט נאך אלץ א מאנגל אין אכסניות, וועט דעריבער ווערן צוגעשטעלט די אכסניות מטעם דעם וועד האש"ל בלויז פאר מענער.
ווי פארשטענדליך, די וואס באזארגן זיך מיט אכסניא אין א דירה, ביי משפחה אדער גוטע פריינט, וועלן ווייטער קענען קומען הם ונשיהם ובנותיהם ווי ביז היינט, להתסתופף בצלא דמהימנותא פונעם רבי'ן שליט"א.
Comments