top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אסיפה אדירה איבער בריאות הנפש פאררופן דורך קהל יטב לב דסאטמאר וויליאמסבורג

דינסטאג פ' במדבר • כ"ז אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: י. שטיין


טויזנטער אידן, זקנים עם נערים מסלתה ומשמנה פון ק"ק סאטמאר אין וויליאמסבורג, האבן נעכטן איבערגעפילט די זאלן פון ״ויואל משה" אין וויליאמסבורג, ביים העכסט-אינטערסאנטן אסיפה אדירה מיטן נאמען 'געזונט און שטארק', ווי עס איז צום ערשטן מאל אויסגעשמועסט געווארן די קלארע דעת תורה ארום די ווייטאגליכע און קריטישע נושא איבער 'מענטל העלט' און 'בריאת הנפש', וועלכע פלאגט דעם ציבור אין די לעצטע תקופה, די אסיפה איז באשיינט געווארן דורך מרנן ורבנן חברי הבית דין צדק דקהל יטב לב, דיינים ורבנים פון די קהלה.


ביים אסיפה איז דורכגעטון געווארן די גאנצע נושא פון 'מענטל העלט' און וויאזוי עלטערן דארפן שטיין גרייט מיט אפענע אויגן אויפצוכאפן די מינדעסטע צייכענעס פון קאמפליקאציעס ביי די קינדער און די ארומיגע, און אין פאל אז ס'מאכט זיך א פראבלעם ל"ע, מוז מען טון וואס איז ריכטיג לטובת די בריאת הנפש פונעם קינד. אן ערנסטקייט האט געשוועבט אין זאל ביים דרשה נפלאה פונעם בארימטן מומחה בתורת הרפואה בהלכה, הרה״ג רבי זושא אויש שליט"א, דומ"ץ ק"ק סאטמאר לעניני רפואה והלכה ודומ"ץ וואולקאן, וועלכע האט ארויסגעברענגט מיט טיפזינגע פונקטן בעוצם האחריות עפ"י תורה והלכה איבער די גאנצע נושא פון בריאות הנפש.


די קלימאקס איז געווען דער גאר אינהאלטסרייכע פאנעל מיט די גרעסטע היימישע מומחים אין די וועלט פון תורת הנפש, וועלכע האט געהאלטן דעם ציבור געשפאנט העכער צוויי שעה מיט דראמאטישע אינפארמאציע, אנגעפירט דורכ׳ן יושב ראש המעמד הרה״ג ר׳ יצחק שווייד שליט״א, מדריך לחתנים בקרב מפעל "בית נאמן" ויו"ר מפעל "כפיים", די שאלות זענען געשטעלט געווארן דורך מוה״ר סענדר אורנשטיין הי״ו פרעזידענט פון דער בארימטער "רעליף" ריסאורסעס.


די מומחים ביים פאנעל זענען געווען: הרב ר׳ נפתלי אלימלך ווייס הי"ו, מנהל ישיבת "לבנת הספיר - חוש, וחבר הנהלת פתח תקוה"; מוה"ר מנחם ישעי' לעווי הי"ו, קאארדינעטער פון "ביקור חולים מענטל קעיר"; מוה"ר יואל דרוממער הי"ו, "קעיר מענעדזשמענט אין קאמפארט העלטה"; מוה״ר הערשל ווערטהיימער הי"ו, עקזעקיוטיוו דירעקטאר פון "סיפוק" קליניק; הרב אשר מענדל כהנא שליט״א מנהל פון "ביקור חולים מענטל קעיר"; מוה"ר משה נחום בראדט הי"ו פון או.די.עי. מענטל דעפּארטמענט, און בארימטער "איש מציל נפשות" וואס איז זיך מקריב פאר תושבי וויליאמסבורג יומם ולילה מוה״ר אביגדור מענדלאוויטש הי״ו; מוה"ר משה שמואל לאנדא הי"ו מייסד רפואה העלפ-ליין. דער ציבור איז געשטאנען צוגענאגעלט צו די פלעצער און אויסגעהערט מיט דארשט די ערשטהאנטיגע עדות׳שאפטן פון די מומחים, איבער דער אנגייענדער פלאג און וויאזוי מ'קען זיך אויסהיטן דערפון.



























































Comentarios


bottom of page