מאנטאג פ' בלק • ט' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
היינט מאנטאג פארמיטאג איז מרן אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א אנגעקומען קיין עיה"ק ירושלים ווי די רבי האט מנחם אבל געוועהן ביי הגאון רבי שמואל עקיבא יפה שלעזינגער שליט"א גאב"ד קהילת החרדית אין שטראסבורג אין פראנקרייך און די קינדער הרה"ג ר' ישראל דוד שלעזינגער שליט"א מגדולי משפיעי דורינו ורב ביהמ"ד שערי תפילה אין מאנסי, און הרה"ג ר' יהושע אלעזר שלעזינגער שליט"א אב"ד בית אברהם, נאך די פטירה פון די רעבעצען ע"ה, עס איז פארצויגן געווארן א שיינעם שמועס איבער די חשובע נפטרת און איבער דער מצב היהדות אין שטאט שטראסבורג, דערנאך האט די רבי געזאגט די נוסח המקובל און מנחם געוועהן די אבלים.
Comments