top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

סאוט פאלסבורג • העליכע מעמד 'הנחת אבן הפינה' פאר נייעם בית המדרש אין מחנה ישיבה קטנה ד'סאטמאר

דינסטאג פ' בהר • י"ג אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שאט די דאט


נעכטן זונטאג נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ארויסגעפארן קיין סאוט פאלסבורג וואו די רבי האט באשיינט די מעמד "הנחת אבן הפינה" פאר א נייעם פארגרעסערטן בית המדרש אין מחנה ישיבה קטנה ד'סאטמאר סאוט פאלסבורג, בהנהלת הרה"ג  רבי יואל שטעסל שליט"א, פארגעקומען אויפ'ן שטח הבניה, בהשתתפות רבנן ותלמידיהון, וועלכע זענען געקומען צו פארן מיטהאלטן דעם געהויבענעם מאמענט, ומלכם בראשם.


איידער דער רבי שליט"א האט געגאסן דעם אבן היסוד, האבן די בחורים געזינגען ניגוני התעוררות, און דערנאך האט מין אינאיינעם געזאגט די פסוקים פון מלכים, כמנהג מרן הרה"ק מסאטמאר זי"ע. נאכן גיסן דעם אבן הפינה איז פארגעקומען א מעמד לחיים לרגל המאורע, ווי דער מנהל הרה"ג רבי יואל שטעסל שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט א פאסיגע דרשה לכבוד היום, און דערנאך האט די רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש וברכה פאר די חשובע בחורי חמד, עקסטער האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר חתנו כבנו הרה"ג רבי יצחק ראזענבערגער שליט"א, מחשובי רמ"י הישיבה.


נאכדעם האט דער מנהל פארטיילט מכתבי תעודות פאר אלע בחורים וואס האבן אריינגעברענגט באדייטענדע סכומים בימי הפורים פאר'ן אויפבוי פון דעם נייעם בית המדרש אינעם קעמפ, און דער רבי האט דערנאך טיילט שיריים פאר אלע בחורים, וועלכע זענען אריבער פאר רבינו שליט"א. נאכן ארויסבאגלייטן דעם רבי'ן שליט"א, האבן אלע בחורים געהאט א געלעגנהייט צו גיסן דעם אבן הפינה, אויפ'ן שטח פונעם נייעם בית המדרש פון די מחנה.









































Comments


bottom of page