פרייטאג פ' ואתחנן • י"ב אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
פייערדיגע דיבורים בדברים העומדים על הפרק, זענען געהערט געווארן פארלאפענעם וואך ביים דינער לטובת מוסדות יטב לב בירושלים עיה"ק, וואו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וואס איז כסדר מיצר ודואג אויפ'ן ביטערן מצב אין ארץ הקודש ברוחניות ובגשמיות, האט אדרעסירט דעם עת צרה וואס לויערט אויפן יהדות ארץ הקודש. די רבי האט קודם שטארק ארומגערעדט איבער די נסיונות הזמן אז מען טאר נישט נתפעל ווערן פון די פעולות פון די קלופה הציונית, און אז פארקערט זייערע אלע נצחונות ובפרט די לעצטע 10 חדשים האט נאר אריינגעלייגט יעדן איד באשר הוא שם אין א גרעסערע סכנה, און אז די שוין די לעצטע 75 יאר איז כסדר דא סכנות מות פאר ישוב אין ארץ ישראל רח"ל! דער רבי שליט"א האט דערנאך ארומגערעדט איבער דעם ביטערן מצב הגיוס, וואס די ציונים ווילן ח"ו אויסמעקן דאס יהדות החרדית מיטן צווינגן אין מיליטער דעם גאנצען ערליכן ציבור היל"ת. דער רבי האט ארומגערעדט איבער די מחאות וואס קומען פאר ביים לשכת הגיוס, און אז אלע מחאות וואס קומען פאר הייבן זיך אן ביי אונזער ערליכער ציבור דער הייפעלע אידן וואס קלאמערן זיך מיט מסירות נפש ממש אויפן דרך המסורה אן קיין שום שינוים.
דער רבי שליט"א האט ארויסגעהויבן דעס אז די ספרדישע גדולים וואס שפירן דעם ביטערן מצב, און האבן זיך געשטארקט און ארויסגעקומען מיטן שטארקן פסק אז מען "זאל זיך בכלל נישט שטעלן צום לשכת הגיוס", וואס דאס האט צוגעברענגט אז די עולם התורה זאל זיך אויף צושטעלן צו דעם פסק. דערנאך האט דער רבי שליט"א געזאגט אז עס א גרויס ווייטאג אז געציילטע חסידישע קרייזן וואס האבן זיך נאך נישט צוגעשטעלט צו די מערכה, זאגנדיג אז דערמיט האבן זיי אריינגעשטאכן א מעסער אינעם ערליכן ציבור וואס האלט מלחמה קעגן די ביטערע גזירות פון די ציונים, און אז דאס אלעס קומט ווייל מען איז פארבלענדעט פון די געלטער וואס מען באקומט פון זיי דאס איז גורם אז מען פארשווייגט אלע גזירות.
צום שלוס האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון שטיצן אלע ערליכע הייליגע מוסדות על טהרת הקודש וואס די מנהלים און עסקנים גייען אן מיט אזא מסירות נפש א גאנץ יאר אנצוהאלטן די תורה בטהרה ובקדושה.
Comments