דאנערשטאג פ' בלק • י"ב תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אברמי בערגער
א געהויבענער מעמד "יציקת הבורות" איז דעם דינסטאג אפגעהאלטן געווארן אינעם נייעם בית גדול וקדוש דביהמ"ד החדש קאסוב אין בארא פארק, בראשות כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א. די נייע מקוה "טהרת יחיאל" ווערט געבויט אינערהאלב דעם בנין החדש וואס האלט שוין ביי די סאמע לעצטע בוי פאזעס, און ווערט אהערגעשטעלט מיט זעלטענע חומרות והידורים, גענוי לויט ווי עס איז געווארן אנגעוויזן דורכ'ן רעיא מהימנא כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל, וועלכער האט געהאט א ספעציעלע עבודת הקודש אין הידור פון מקוואות.
ובפרט ווען מ'האט צוגעגרייט דאס בויען די מקוה בבית מדרשו החדש, האט ער זיך אפגעגעבן מיט'ן באגלייטן און אנווייזן די פרטי ודקדוקי הלכה אז ס'זאל זיין אויסגעהאלטן בתכלית הכשרות בכל אופני ההידור, זייענדיג אין נאנטן קאנטאקט מיט'ן מומחה מיוחד אין מקוואות הגאון רבי איטשע טריגער שליט"א. ליידער האט דער רבי ז"ל נישט זוכה געווען צו זען דעם השלם זה הבנין בחיים חיותו, אבער פקודתו שמרה רוחם פון די געטרייע בונים ומקימים, וועלכע האבן זיכער געמאכט אז עס ווערט געבויט אלעס כרצון קדשו.
איידער'ן מעמד יציקת הבורות האט דער קאסוב'ער רבי שליט"א זיך אומגעקוקט אויף די נייע מקוה און באטראכט די אלע הידורים מיט א קורת רוח, און דערביי געגאסן די יסודות, און דערנאך מכבד געווען דעם נדבן המקוה, הרבני הנגיד ר' בנציון לעבאוויטש און זיינע קינדער, דער ראה"ק הרבני הנגיד ר' שלמה זלמן קליין, און די אנדערע ראשי הקהלה.
דערנאך האט דער רבי מעריך געווען א מסיבת לחיים לרגל המאורע, וואו עס האט אינאיינעם מיט'ן רבי'ן אויף א ברידערליכן פארנעם מפאר געווען בראש דעם רבי'נס ברידער כ"ק אדמו"ר מהרי"ש שליט"א. דער רבי שליט"א האט צוויי מאל געזאגט תורה איבער די גרויסע זכי' וואס מ'האט אוועקצושטעלן די מקוה כאוות נפשו הטהור פונעם טאטן ז"ל, ווי ער האט דאס אלעס אזוי פערזענליך באגלייט לטהרתן של ישראל. דערנאך האט אויפגעטרעטן דער מקוה-בויער, וועלכער האט געגעבן א פונקטליכע באריכט איבער די ווייטערדיגע בוי פאזעס ביז'ן גמר בשעה טובה ומוצלחת.
Comments