מיטוואך פ' האזינו • כ"ט אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך
א מעמד הוד האט זיך אפגעשפילט פאריגע וואך ליל שישי ווען כ''ק האדמו''ר מצאנז קלויזענבורג שליט''א איז אנגעקומען אויף א מעמד תפילת רבים ביים ציון הק' פון אביו הרה''ק בעל 'שפע חיים' מצאנז קלויזענבורג זי''ע אויפן בית החיים אין שיכון ותיקין אין נתניה, וואו די רבי שליט''א האט מתפלל געוועהן לישועת הכלל והפרט אינאיינעם מיט קהל עדת צאן מרעיתו תושבי ארץ הקודש.
אום 9:30 אויפדערנאכט איז די רבי שליט"א אנגעקומען צום ציון הק', די רבי האט געזאגט די תפילה 'שלום עליך' פונעם הייליגן ישמח משה מיט גרויס בכיות, און מיט א הימל-שפאלטנדע קול תפלה פארגעזאגט די יהי רצון וואס מען זאגט פארן לערנען משניות, וואס האט געדויערט ארום א האלבע שעה דאן האט הרה"ג ר' אהרן לייב לעווי דומ"ץ צאנז קלויזנבורג אין ירושלים פארגלערנט משניות כלים און מקוואות, און די רבי האט געזאגט קדיש.
דאן האט די רבי שופך שיח געוועהן אויפן ציון הק' א משך זמן מיט גרויס בכיות און דערביי מיטגעריסן מיט זיך כל קהלא קדישא, דערנאך איז די רבי צוגעגאנגען צום ציון פון אמו הרבנית אמא של מלכות ע''ה וואו די רבי האט געצינדן ליכט און מתפלל געוועהן א תפילה חרישית.
Comentários