top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ארבע פינות העולם: היסטארישע "מסע הגדולים" להצלת יהדות ארה"ק צום 4'טן מאל; דאסמאל קיין פאריז, פראנקרייך

מיטוואך פ' כי תצא • ח' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

דער חרדי'שער אידנטום אין פאריז פראנקרייך איז איינגעהילט אין אן עקסטאזליכע ערווארטונג לקבלת גדולי ומאורי הדור, ווען עס וועט קומענדיגן מיטוואך כי תבוא אונטערגענומען ווערן א פרישע "מסע הגדולים" דורך די גדולי וזקני ראשי ישיבות אין ארץ ישראל, דאסמאל קיין פאריז, אויפצושאקלען און אנשליסן דעם ארטיגן אידנטום אין הצלת עולם התורה בארה"ק.


די פרישע נסיעה איז שוין די 4'טע אין די היסטארישע רונדע פון די מסע הגדולים וואס איז געלאזט געווארן אין גאנג אין די לעצטערע תקופה, אנגעהויבן מיט די נסיעה קיין ניו יארק און קאנאדע, און נאכגעפאלגט מיט די נסיעות קיין ענגלאנד, דערנאך קיין סאוט אמעריקע, און אצינד קיין פאריז.


עס וועלן זיך ארויסלאזן אין וועג די מנהיגי עולם התורה פון ארה"ק, הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א און הגאון רבי משה הלל הירש שליט"א ראשי ישיבת סלאבאדקע, וועלכע נעמען פריש אונטער די טלטולא דאורחא מיט א מסירת נפש צו ראטעווען די הייליגע תורה מידי מפריה. מיט זיי וועלן מיטפארן הגאון רבי יצחק מזרחי שליט"א מראשי ישיבת מיר, הגאון רבי ראובן אלבוז שליט"א ראש ישיבת אור החיים, און באזונדער וועלן זיך דארט מצרף זיין די ארטיגע גדולי תורה ומנהיגי הקהילות פון פראנקרייך, האדמו"ר רבי דוד פינטו שליט"א און הגאון רבי יצחק ווייל שליט"א זקן רבני צרפת.


דער בליץ-באזוך וועט פארקומען דעם קומענדיגן מיטוואך פרשת כי תבוא, ווען יהדות פראנקרייך וועט זוכה זיין לקבל פני הגדולים בתודה, און זיך פארזאמלען בהמוניהם אפצוגעבן דעם העכסטן מאס כבוד התורה און אויסדרוקן א פייערדיגע אנשלוס מיט'ן גאנצן אידישן וועלט להצלת עולם התורה. דער צענטראלער מעמד קבלת פנים וועט פארקומען מיטוואך נאכט אין די "לע דאם" סטעדיום וואו עס איז ערווארט א פלייץ פון שווערע טויזנטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן אין פראנקרייך.



Comments


bottom of page