top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לעכטיגע איבערלעבעניש פאר חסידי סאטמאר אייראפע ביי "הנחת אבן הפנה" פאר'ן ביהמ"ד הגדול סאטמאר אנטווערפן

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 16 בדצמ׳ 2024
  • זמן קריאה 3 דקות

עודכן: 17 בדצמ׳ 2024

מאנטאג פ' וישב • ט"ו כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש


ווערטער זענען ארעם אן די שפראך איז צו טרוקן צו קענען אראפגעבן מיט ווערטער די איבערגיסנדע רגשי הלבבות וואס נעמט ארום חסידי סאטמאר מרחבי אייראפע, ובפרט די הונדערטער סאטמארער חסידים תושבי אנטווערפן, וואס האבן זוכה געווען מיטצולעבן א זעלטנהייט פון א מאורע וואס וועט פארשריבן ווערן מיט גאלדענע אותיות בקורות דברי הימים פון ק"ק סאטמאר, ווען מ'האט זוכה געווען צו מרחיב זיין די גבולי הקדושה און שטעלן דעם גרונדשטיין פאר'ן בית גדול וקדוש, ביהמ"ד הגדול דסאטמאר אנטווערפן, ומלכם בראשם, דער רועה נאמן לעדתו ומנהיג עדת ישורון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.


דינסטאג אווענט אנגעהויבן פון ארום האלב אכט איז שוין דער זאל געווען איבערפילט מיט'ן ציבור האלפים, מיט'ן השתתפות פון נאנט צו "טויזנט געסט" פון די סאטמארע צענטערן אין לאנדאן און מאנטשעסטער, כולם נקבצו באו מיטצולעבן די זעלטן היסטארישע געשעעניש במלכות סאטמאר אנטווערפן, ובראשם הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א רבני ודייני קהילות סאטמאר לענגאויס אייראפע.


דער מעמד האט זיך אנגעהויבן מיט די ווערטער דורכ'ן יו"ר, הרב מאיר מרדכי בערקאוויטש, וועלכער האט במשך די אווענט געהאלטן געשפאנט מיט זיינע בליציגע רעיונות. מ'האט געהערט א ווארעמע דרשה דורך הרה"ג ר' אלעזר פריעדמאן שליט"א מו"ץ קהילת סאטמאר אנטווערפן, וועלכער האט ארויסגעברענגט די רגשי שבח והודאה להשי"ת שהחיינו לזמן הזה.


ארום האלב עלף האט מען זוכה געווען לקבל את פני הקודש, ווען דער רבי איז ערשינען אין זאל לקול צהלה ורנה און פייערליכע ריקודין דורכ'ן ציבור הגדול. דאן האט מען געהערט די דברים בנעימים דורך הגאון הגדול רבי חיים יוסף דוד ווייס שליט"א דומ"ץ סאטמאר אנטווערפן, וועלכער האט ארויסגעגעבן רגשי לבבו אז מ'איז זוכה צו האבן דעם רבי'ן שליט"א בתוכינו, און משפיע זיין אויף אונז מאורו הגדול בעת שמחה, ווען מ'איז זוכה מרחיב צו זיין די גבולי הקדושה אויף אזא געוואלדיגן פארנעם.


דערנאך האט מען געהערט די הערליכע דרשה דורך הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפען שליט"א, וועלכער האט בתוך דבריו ארויסגעברענגט די שטארקע שמחה וואס הערשט אין די גאנצע שטאט מיט'ן ביקור הוד פונעם רבי'ן שליט"א וואס איז א געוואלדיגער חיזוק פאר אלע תושבי העיר, ובפרט פאר די הייליגע סאטמאר קהלה וואס איז אזוי מנתוסס לשם ולתפארת, און איז אצינד זוכה צו מרחיב זיין די גבולי הקדושה אויף אזא שטוינענדן פארנעם.


דאן האט מען געהערט די ווארעמע דיבורים דורכ'ן חשוב'ן גאסט, בנו יקירו פונעם רבי'ן שליט"א, הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, וועלכער האט שטארק ארויסגעברענגט איבער די זכי' וואס סאטמארע חסידים שפירן צו זיין א חלק פון די אויפבוי פונעם ביהמ"ד און מען זעט די ווארעמע הארץ פון יעדן חסיד לבנות בית גדול לה' ולתורתו הקדושה.


אינמיטן די דרשה פונעם סיגוטער רב, האט מען זוכה געווען לקבל פני קדשו פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, ומה נהדר היה המראה ווי די צוויי צדיקים זענען זיך מכניע ומבטל איינער פאר'ן צווייטן, ווען דער סאטמארער רבי האט איבערגעגעבן זיין אייגענעם שטול פאר'ן פשעווארסקער רבי'ן, און דער פשעווארסקער רבי האט זיך נישט געוואלט זעצן דערויף, ביז ענדליך נאך שטארקע הפצרות האט דער פשעווארסקער רבי אנגענומען דעם כיבוד לישב על כסא המלך פונעם סאטמארער רבי'ן. דער סיגוטער רב האט ממשיך געווען מיט די דרשה, און דערנאך האט מען זיך אויפגעשטעלט טאנצן, ווען די צוויי רבי'ס האבן זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע מחול לצדיקים, וינועו אמות הסיפים.


עס איז פארגעקומען דער סיום "סיום מסכת חולין" במסגרת חבורת "זכרו", און דערנאך האט מען זוכה געווען צו הערן די לענגערע דברי אלקים חיים פונעם רבי'ן שליט"א, זייענדיג מאריך מיט מערערע יסודות איתנים וואס איז מחייב יעדן סאטמארער חסיד, ובפרט דעם ציבור תושבי אנטווערפן, זיך צו קענען האלטן שטארק מיט די הייליגע שיטה און לויטערע אמונה ודיעות, ווען עס שוועבט אין די אלגעמיינע אידישע גאס דיעות כוזבות, און לאנג מאריך געווען איבער'ן חומת התבדלות וואס איז נוגע תושבי אנטווערפן.


דאן איז מען צוגעגאנגען צום הויכפונקט פונעם מעמד, די הנחת אבן הפנה צום נייעם מעוז ומגדל, דער ביהמ"ד הגדול והחדש, הגה"צ אב"ד סאטמאר מאנטשעסטער איז נתכבד געווארן צו זאגן די ספעציעלע תפילות וואס איז נהוג צו זאגן ביים גיסן אן אבן הפנה. מ'האט מען אריינגעלייגט אינעם מקום הנחה אן אבן קודש פון הרה"ק רבי ישעי'לע מקערעסטיר זי"ע, און מטבעות קודש וואס איז געבענטשט געווארן דורך הרה"ק מסאטמאר זי"ע, געשיקט צום מעמד דורך הרבני הנגיד ר' אברהם שלום מענדלאוויטש מראה"ק סאטמאר מאנסי.


די שמחה איז געווען עד אין לשער, אויף א פארנעם וואס געדענקט זיך נישט בקורות ימי סאטמאר אנטווערפן, ווען דער ציבור לעבט מיט די היסטארישע רגעים מיט א פארגלייזטע עקסטאז פון ברוך שהחיינו והגיענו לזמן הזה.


נאכ'ן גיסן די אבני היסוד האט ספאנטאניש אויסגעבראכן פרישע פייערדיגע טענץ, ווען דער גאנצער ציבור הייבט זיך טפחיים ארצה להודות ולהלל אויף די געוואלדיגע סייעתא דשמיא וואס באגלייט די קהלה נאה וחסודה, ווען אין שפיץ לאזט די אויבן אן ארויס אין א הייליגע טאנץ, אין שפיץ פונעם רבי'ן שליט"א, ווען די שמחה גרייכט עד לב השמים.


מיט'ן בענטשן על הכוס איז נתכבד געווארן הרבני הנגיד ר' אברהם יצחק קליין פון לאנדאן, און עס איז שוין געווען נאנט צו צוויי אזייגער ביינאכט ווען דער ציבור איז זיך צוגאנגען אנגעזעטיגט מיט שמחה ורגשי הלבבות און אויסטערלישע חיזוק והתרוממות הנפש נאכ'ן מיטלעבן די לעכטיגע שעה'ן פון הרחבת גבולי סאטמאר אנטווערפן וואס וועט אויף לאנג געדענקט ווערן.



























































Comentários


bottom of page