top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מסע התרוממות דורך האד' מסאטמאר לקברי אבות אין אייראפע; איהעל - צאנז - ליזענסק

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 6 באוג׳ 2024
  • זמן קריאה 4 דקות

עודכן: 6 באוג׳ 2024

דינסטאג פ' דברים • ב' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: אברמי בערגער


דעם זונטאג אינדערפרי נאכן געהויבענעם שבת התרוממות בעיר הבאות סיגעט איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען צום שטאט איהעל, מקום מנוחת קדשו פון זקינו דער הייליגער 'ישמח משה' זי"ע בעצם יומא דהילולא דיליה, נאך תפילת שחרית אינעם שאטער הגדול 'אהל התפילות' וואס איז ספעציעל אויפגעשטעלט געווארן לכבוד די הילולא, האבן שלום נעמען די פרישע צענדליגער געסט חסידים ואנשי מעשה וועלכע זענען געקומען צו פארן פון איבער אייראפע. אויך האט שלום גענימען הרה"צ רבי דניאל רוקח שליט"א מליזענסק ווי ער האט איינגעלאדענט דעם רבי'ן שליט"א צו באזוכן דעם בנין הכנסת אורחים אין ליזענסק וועלכע שטייט בנשיאותו. נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ומעמד בקשת רחמים, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות בעת דער רבי האט מוריד געווען דמעות מיט אן אומבאשרייבליכע התעוררות. דערנאך איז די רבי שליט''א ארויף צום ציון הק' אינאיינעם מיט די פולע הונדערטער חסידים, אנקומענדיג אויפן ציון האט מען געזינגען דעם אויסגעווייקטן ניגון אני מאמין בביאת המשיח, און דערנאך האט דער רבי שליט"א אנגעהויבן די קאפיטלעך פון ספר רביעי און געזאגט דעם יהי רצון און קדיש, דערנאך האט דער רבי געליינט קוויטלעך בשעת דער עולם זינגט ווייטער די ניגוני התעוררות. נאכן עלייה לציון זענען אריין בקודש פנימה די שומרים פון ביידע בתי חיים דקהל יטב לב אין איהעל, און אויך פון שטאט קאלוב אונטער די עסקנים פון ק"ק סאטמאר, וואו דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.


נאך א קורצע מנוחה ארום 4:10 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין צאנז, אויפן וועג האט דער רבי עוסק געווען בתורה און דערציילט שיינע ענינים פון צאנז. אונטערוועגנס איז דער רבי איבערגעגאנגען דעם סדר היום לויטן זייגער און באשלאסן צו מאכן דעם טויש אז צומארגנס זאל מען אריבער פארן פארטאגס קיין ליזענסק. די עסקנים האבן תיכף אהנגעהויבן צו מאכן די נויטיגע אראנדזשירונגען פאר די חסידים צו קענען מיטהאלטן די הייליגע תפילות במקום הקודש. אנקומענדיג נאנט צו צאנז האט דער רבי באימה ופחד אנגעוויזן אויף יעדן דערפל און שטעטל מיט א רגש ווי נאנט מען איז שוין ממש צום הייליגן שטאט צאנז.


פארנאכטס איז מען אנגעקומען אין צאנז, וואו דער רבי איז נאכאמאל געגאגנען אין מקוה, אינעם בנין פון בוני צאנז בנשיאות הגה''צ ר' יואל האלבערשטאם שליט''א רב דביהמ''ד בית שמואל דקהל יטב לב אין קרית יואל. נאכ'ן מקוה איז דער רבי ארויף אויבן אין בנין, דער רבי האט זיך באגריסט מיט הגה''צ ר' יואל האלבערשטאם שליט''א און דארט געדאווענט מנחה וואו די רבי האט מאריך געווען ביי שמו''ע בבכיות נוראות. תיכף נאך מנחה ארום איז דער רבי אריבער צום בית החיים, אויפן וועג האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א איבער דעם קשר פון די צדיקים עצי התמרים לבית סיגוט זיע''א צום הייליגן צאנזער רב זיע''א. מיט א אימה ויראה און אויסטערלישע פחד איז דער רבי איז אריין אינעם אהל הק' כעבדא קמיה מרי' און צוגעטרעטן צום ציון הקודש, מען האט אנגעהויבן זינגען ניגוני התעוררות בשעת דער רבי פארגיסט טייכן טרערן, דער רבי האט דאן געזאגט די תפילה פון שלום עליך און פארגעזאגט תהילים ספר רביעי און געזאגט דעם יהי רצון מיט גרויס השתפכות הנפש, דערנאך האט דער רבי געליינט קוויטלעך און זיך משתטח געווען אויפן ציון הק'.


דערנאך איז דער רבי אריבער צום בנין הכנסת אורחים לינת הצדק בהנהלת הגה''צ רבי קלמן האלבערשטאם שליט"א אבד"ק צאנז קרית יואל, דער רבי האט באטראכט דעם בנין, קובע געוועהן א מזוזה און דארט געדאווענט מעריב, נאך מעריב איז פארגעקומען א מסיבת לחיים און דער רבי האט דערציילט סיפורי קודש פון צאנז. דערנאך איז דער רבי איז צוריק געגאנגן צום צענטראלן בנין הכנסת אורחים בוני צאנז, וואו דער רבי האט זיך געוואשן צו א סעודת ר''ח פריוואט מיט געציילטע מקורבים. אינצווישן איז דער עולם אריבער אינעם זאל פונעם בעסקיט האטעל ווי עס איז געוועהן צוגעגרייט א רייכע סעודת ראש חודש. סוף פונעם סעודה איז דער רבי אריינגעקומען, וואו מ'האט אויף געגעבן א מאכל לכבוד ראש חודש און דער רבי האט דערציילט עטליכע סיפורי קודש פונעם הייליגן צאנזער רב זיע''א, און אנגעוואונטשן מען זאל האבן אויסגעפויעלט אלעס גוטס.


אין די פריע פארטאגס שעהן איז דער רבי געגאנגען אין מקוה אינעם בנין פון בוני צאנז און זיך דערנאך שטארק באדאנקט פאר הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א און געוואונטשן צו קענען מרחיב זיין די גבולי הקדושה מיט די ברייטע פלענער אויפן עתיד. פון דארט איז דער רבי ארויסגעפארן קיין ליזענסק וואו די רבי איז צום ערשט ארויף אינעם בנין הכנסת אורחים 'רבי ר' אלימלך'ס הויף' בהנהלת הרה"צ רבי דניאל רוקח שליט"א מליזענסק אויף א קורצן אפרוה פונעם טלטול הדרך.


דערנאך איז דער רבי ארויפגעגאנגען צום ציון קודש הקדשים פונעם רבי ר' אלימלך זיע''א, דער רבי האט געזאגט די תפילה קודם התפילה פונעם רבי ר' אלימלך זיע''א באתרא דמר, מיט בכיות עצומות, און דאן פארגעזאגט די קאפיטלעך ספר רביעי און געזאגט דעם יהי רצון לשבת ויו"ט צוליב ראש חודש, דערנאך האט דער רבי געליינט קוויטלעך א לענגערע צייט בשעת דער עולם זינגט ווארימע ניגונים, און זיך דערנאך משתטח געווען אויפן ציון הק'. נאכן עלייה לציון איז דער רבי אריבער לבית האכסניא פון די הכנסת אורחים בהנהלת הרב שמחה קרקובסקי הי"ו. תפילת שחרית האט די רבי שליט"א געדאווענט אינעם בנין הביהמ"ד פונעם הכנסת אורחים ליזענסק, וואו דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל באש קודש, און עולה געוועהן לתורה. צוליב די שפעטע שעה איז דער רבי ארויסגעגאנגען תיכף נאך מוסף און דער רבי האט זיך געזעגענט פונעם גאנץ ציבור אויפאמאל, און מען האט ארויסבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א בשירה וזמרה.


אויף די גאס האט אפגעווארט דעם רבי'ן כ''ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וועלכע געפינט זיך אין די יעצטיגע טעג אין ליזענסק, דער רבי האט אים באגריסט מיט א ברכת שלום ואף הוא מברך לעומתו און געזאגט אז היינט איז א פאסיגער טאג פארן ברכת ה'שלום' שטייענדיג אים ר"ח אב, אהרן הכהן'ס יארצייט, וואס איז געווען דער אוהב 'שלום' ורודף 'שלום', אויף וואס דער רבי האט משיב געווען מיט א מליצה, 'איך הייס דאך 'אהרן' און איר זענט דאך א 'כהן' צוזאמען איז דאס אהרן הכהן'..., און מען האט זיך ווארים געוואונטשן צו פוילען אלעס גוטס פארן כלל און פארן פרט, און האדמו''ר מתולדות אהרן האט באגלייט דעם רבי'ן ביז צו די קאר אויס געווארט ביז דער רבי איז אוועקגעפארן. מיטאג צייט איז דער רבי אנגעקומען צום לטפעפלד אין שטאט ריישא וואו דער רבי איז ארויף אויפן פריוואטן פליגער אינאיינעם מיט א ענגע צאל ראשי קהילה ומקורבים, אויפן וועג קיין באסטאן מיטן א קרוצן אפשטעל אין מינכין דייטשלאנד. פארנאכטס האט די פליגער געלאנדעט אין באסטאן, און דער רבי האט געדאווענט מנחה אין א זייטיגע שטוב. און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג צום מקום הנופש אין בעטלעהעם ניו העמפשיר א וועג פון ארום צוויי א האלב שעה.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page