מאנטאג פ' בשלח • י"ב שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש
אין א דראמאטישע שריט איז היינט איבערגעגעבן געווארן די הוראת הקודש פאר כלל חסידי אמשינוב בארץ הקודש, אין נאמען פון כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א, אז פון היינט און ווייטער זאלן די חסידים זיך באנוצן בלויז מיט די הדסה שפיטאל אין ירושלים, און נישט מיט אנדערע שפיטעלער.
דאס קומט נאך די באגעגעניש דעם פארלאפענעם ערב ראש השנה ווען די אמשינובער רבי איז אין א היסטארישע שריט אריבערגעקומען צו די הדסה שפיטאל אין ירושלים, אויף א דריגענדע אסיפה מיט די העכסטראנגיגע פראפעסארן אין די שפיטאל, צו דורכשמועסן פארשידענע וויכטיגע שאלות העומדים על הפרק.
אין די גאר פארנומענע שעות פון ערב ראש השנה נאכמיטאג, איז דער רבי געזעסן אויף א געמיינזאמע אסיפה מיט די העכסטע פראפעסארן אין שפיטאל אין באזונדער מיטן שפיטאל דירעקטאר יורם ווייס, וואו מען האט דורכגעטון די אלע ענינים בכל פרטיה ודקדוקיה, אין די רבי האט קלארגעשטעלט דעת תורתו הקדושה אויף די דאזיגע שאלות.
אצינד נאכדעם וואס די רבי איז אויך געזעצן מיט די פארוואלטונג פון די שערי צדק שפיטאל, איז אנגעקומען די ענגגילטיגע הוראה פונעם רבינס שטוב פאר די חסידים זיך נישט צו באנוצן מיט די שערי צדק שפיטאל, צוליב וואס די פרייע פארוואלטונג פונעם שפיטאל פירן דורך פארשידענע זאכן שלא על פי תורה, אומאויסגעהאלטענע מעדיצינישע פראצעדורן וואס איז נישט אין איינקלאנג מיט דעת תורה, דעריבער זאל מען ליבערשט גיין צו די שפיטאל הדסה עין כרם וועלכע וועלן זיך האפענטליך צושטעלן צו די ווילן פון חרדישע אידן ההולכים בדרך המסורה.
ביים באזוך פון האד' מאמשינוב דעם ערב ראש השנה מיטן הדסה שפיטאל דירעקטאר יורם ווייס
Comentários