top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בארא פארק • שפאנונג ביי חסידי סאטמאר צום באנייאונג פון נייעם בנין התלמוד תורה בנין ליפא פריעדמאן

פרייטאג פ' מקץ • ג' טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש


מזמור שיר חנוכת הבית


תלמידי וחסידי סאטמאר אין בארא פארק גרייטן זיך צום גרויסן און היסטארישן טאג זונטאג פרשת ויגש, ווען עס וועט אפגעצייכנט ווערן מאסיווע הרחבת גבולי הקדושה בין כותלי המוסדות, מיטן באנייאונג פון די פראכטפולע בנין התלמוד תורה בנין ליפא פריעדמאן אויף אושען פארקוועי ברוב פאר והדר.


די נייע בנין וואס פלעגט דינען אלס אכסניא של תורה פאר ישיבה תורה תמימה, איז פארלאפענע יאר אפגעקויפט געווארן דורך די סאטמארע מוסדות פארן באנוץ פון די בליץ וואקסענדע מוסדות לשם ולתפארת, דעם זונטאג וועלן די ילדי התלמוד תורה אין א מזל'דיגע שעה זיך אריבערציען צו זייער נייעם אכסניא, אינעם גרויסן טאג וואס וועט אפגעראכטן ווערן מיט גרויס דערהויבענקייט און חדווה עילאה.


די גאנצע מעמד מהחל ועד כלה וועט פארקומען בראשות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א נשיא המוסדות, ואתו עמו רבנן ותלמידיהון, דייני ורבני הקהילה און די לעגענדארער נדיבים בעם וואס האבן אנטייל גענומען אין דעם מאסיוון פראיעקט אהערצושטעלן דעם נייעם אכסניא פאר די תינוקות של בית רבן.


די לעכטיגע קינדערלעך וועלן מקבל זיין את פני הקודש ברחובה של עיר פארנט פון די נייע בנין התלמוד תורה, אין א שמחה'דיגע שטימונג מיט פענער און מוזיק, דערנאך וועט פארקומען די גייסטרייכע מעמד חנוכת הבית אין שפיץ פונעם רבי'ן, וואו די טייערע קינדער וועלן מיסב זיין על שולחן מלכים און הערן דברות קודש, זינגען ווארעמע און פרייליכע ניגונים לכבוד די גרויסע דערגרייכונג.


דערביי וועט אויך פארקומען די מעמד התחלת כתיבת ספר תורה, ווען דער סאטמארער רבי שליט"א וועט אריינשרייבן די ערשטע אותיות אינעם ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך טפסר המרומם און נדבן פונעם בנין הנגיד החסיד ר' ליפא פריעדמאן, נאכגעפאלגט מיט לעבעדיגע ריקודין לכבודה של תורה בשמחה וצהלה.


דערנאך וועט פארקומען א ספעציעלע מסיבה געאייגענט פאר די נגידים בעם, וואס האבן ווי דערמאנט זיך אנגעשלאסן אלס שותפים אין דעם הייליגן פראיעקט, לפאר ולרומם את בית השם.





Comments


bottom of page