דינסטאג פ' במדבר • כ"ז אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
מיט גרויס כבוד און הערצה האבן חסידים ואנשי מעשה תושבי עיר הבירה ציריך, מקבל געווען בהדרת קודש דעם חשובן גאסט פון ארץ הקודש, כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א, ווען דעם שבת איז צום ערשטן מאל געפראוועט געווארן א סקולענער שבת אין שטאט ציריך בצל הקודש פון א סקולענער רבי.
פארגאנגענעם מיטוואך איז דער רבי אנגעקומען קיין ציריך אין באגלייטונג פון א קבוצה נכבדה מקורבים און משמשים בקודש, דאנערשטאג אינדערפרי האט די רבי געדאווענט שחרית אין די ישיבה אהבת תורה וואו די רבי האט איבערגעגעבן א שמועס פאר די בחורים. ביינאכט האט די רבי שליט"א אויפגעטראטן מיט א דרשה אינעם צענטראלן ביהמ''ד דקהל אגודת אחים וואו די רבי האט מאריך געוועהן בעניני חינוך הבנים, און איבער דאס אויסזעהן פון א שבת סעודה אין יעדער אידישער שטוב. דערנאך איז פארגעקומען א שיינעם מעמד קבלת פנים לכבודו פונעם חשובן גאסט וואו הגה"צ רבי הערש אלימלך פאדווא גאב"ד אגודת אחים ציריך האט מקבל פנים געוועהן דעם רבי'ן מיט פאסיגע דברי ברכה.
פרייטאג ערב שבת האט די רבי געדאווענט שחרית אין די שטאטישער תלמוד תורה וואו עס איז נאכן דאווענען פארגעקומען א מעמד קבלת פנים דורך די ילדי תשב"ר.
שבת קודש איז אפגעראכטן געווארן אויף גאר א דערהויבענעם פארנעם, אנגעהויבן ביים דאווענען פרייטאג צונאכטס וואו די רבי איז צוגעגאנגען צו קבלת שבת אינעם שטאטישן ביהמ''ד - אגודת אחים. דער טיש ליל שבת איז פארגעקומען אין די זאלן פונעם תלמוד תורה, מיט די השתתפות פון די פילע הונדערטער אידן תושבי העיר. אויפן אויבן אן האבן זיך אנגעזעהן די רבני העיר: הגה"צ ר' הערש אלימלך פאדווא שליט''א אב''ד אגודת אחים הרה"צ ר' ראובן הלפרין אב''ד זכרון משה בן האד' מוואסלוי, ודומ''ץ בעלזא און נאך דיינים פון שטאט. דער טיש פרייטאג צונאכטס האט זיך פארצויגן ביז די פריע פארטאגס שעהן אויפן סקולענער שטייגער בשירות ותשבחות לאל חי.
די סעודת צפרא דשבתא האט די רבי געגעסן בבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' ברוך פערלמאן הי"ו אינאיינעם מיט די געסט וואס זענען געקומען צו פארן פון אויסלאנד. אויך שלש סעודות האט זיך פארצויגן לענגערע שעהן ביז שפעט נאכן זמן. מוצאי שבת איז פארגעקומען די סעודת מלוה מלכה אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' שלמה אפריל הי"ו מראשי הקהילה, וואו מען האט פארברענגט בשירה וזמרה ביזן עלות השחר ווען מען האט געבענטשט ברכת המזון.
Comments