דאנערשטאג פ' וזאת הברכה • י"ג תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש
נעכטן מיטוואך אין די פארטאגס שעהן האט כ''ק האד' מאמשינוב שליט''א געמאכט הבדלה אין אויסגעפאסט נאך קרוב צו זעכציג שעה פונעם תענית יום הכיפורים, אויפדערנאכט אום 11:00 איז די רבי אריינגעקומען צום טיש פון מוצאי יום טוב, אינעם היכל השולחנות בבית מדרשו אין די בית וגן געגענט.
ווי יאהר יערליך האט דער אמשינובער רבי אפגעראכטן גאר א דערהויבענעם עבודה דורכאויס די טעג ארום יום כיפור, אנגעהויבן פון ליל יום הכיפורים אין צומארגנס ווען די רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד אין מיטגעהאלטן דאס דאווענען ביז נאך נעילה, אין דאן זיך געשטעלט שמונה עשרה פון מוסף אין געשטאנען אויף די פיס ביז די פריע פארטאגס שעהן אין ממשיך געוועהן דער עבודת היום אין די נאכפאלגענדע צוויי טעג בביתו נאווה קודש ביז נעכטן צופרי ווען די רבי האט אויסגעפאסט פונעם תענית.
הונדערטער חסידים ואנשי משעה האבן נעכטן מיטגעהאלטן דעם טיש פון מוצאי יום הקדוש וואס האט זיך פארצויגן א גאנצע נאכט. די רבי איז נאך געוועהן מלובשש בבגדי שבת אין געוואונטשן לחיים פאר יעדן באזונדער דערנאך האט די רבי געזאגט תורה אין פארטיילט עפלעך פאר די חסידים.
מיטן בענטשן האט די רבי מכבד געוועהן הרבני הנגיד ר' יואל קעסטענבוים פון מאנסי. ארום 6:00 פארטאגס נאכן פארענדיגן די עבודת הקודש פון ברכת המזון האט זיך די רבי אויפגעשטעלט אין פארגעזינגען אין כאלוהינו כנהוג מיט גרויס התלהבות.
דערנאך האט די רבי מכבד געוועהן דער משב''ק הרב אלחנן ראקאבער אנצוהייבן א ניגון שמחה אין דער רבי שליט''א האט זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין נלהבין אינאיינעם מיטן ציבור, נאכן טיש זענען די הונדערטער חסידים דורך אל מול פני הקודש.
עס איז שוין געוועהן נאך 8:00 צופרי ווען די רבי שליט''א איז אהיימגעגאנגען לביתו נאווה קודש.
•
די רבי שליט''א ביים אהיימגיין נאכן לאנג פארצויגענעם טיש היינט צופרי
Comments