top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי וויז'ניץ באגלייטן למנוחות הנגיד ר' נפתלי טעסלער ע"ה פון שיקאגא בונה ומקים פון די ישיבה אין קרית וויז'ניץ

דאנערשטאג פ' וארא • א' שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


הונדערטער חסידי וויזניץ אין שפיץ פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א האבן נעכטן אויפדערנאכט באגלייט למנוחת עולמים הנגיד החסיד הישיש ר' נפתלי טעסלער ע"ה פון שיקאגא, לאנגיעריגער תומך נאמן פון די וויזניצע מוסדות ברחבי תבל, און תלמיד מובהק פון צדיקי בית וויזניץ לדורותיהם, וואס איז נפטר געווארן בכתר שם טוב ובשיבה טובה אין עלטער פון 97 יאהר.


נאכמיטאג איז די ארון אנגעקומען קיין ארץ ישראל, די לוי' איז פארגעקומען פארנט פון די וויזניצער ישיבה אין בני ברק. צוליב ראש חודש איז נישט געווען קיין הספדים, קורצע דברי פרידה איז געהערט געווארן פונעם ראש ישיבה הגה"צ רבי מנחם ארנסטר שליט"א וואס האט ארומגערעט בשבחו פון די חשובע נפטר און זיינע אלע פעולות למען בית וויזניץ איבערהויפט זיין פאנטאסטישע נדבה אויפצובויען די בנין הישיבה וואס איז נקראת על שמו. ביים לוי' האט זיך אויך אנגעזעהן הגה"צ רבי יוסף משה דב הלברשטאם רב חסידי צאנז אין אמעריקא בשליחות אביו כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א.


נאך די הספדים האט מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א באגלייט די מיטה ביז נאך סתימת הגולל אויפן בית החיים זכרון מאיר, דערנאך איז די רבי אנגעקומען אויף ניחום אבלים ביי די קינדער פונעם נפטר וועלכע זענען געזעצן שבעה אין בני ברק איידערן זיך צוריק קערן קיין ניו יארק.





























Comments


bottom of page