top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מאנסי • דריי נייע שמחה זאלן "כתר אינזליכט" באנייעט אין בנין בית אסתר ד'סאטמאר

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 13 באוק׳ 2024
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 14 באוק׳ 2024

זונטאג וזאת הברכה ב' • י"א תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

ree

בילדער קרעדיט: שאט די דאט - JDN


פאריגע וואך שבוע שחל בו ראש השנה איז כ"ק אדמו"ר מסטאטמאר שליט"א אנגעקומען קיין מאנסי וואו עס איז געוועהן זמני כניסה פאר די חסידים תושבי העיר אריינצוגיין לרגל די ימי הרחמים והרצון. ביים אנקומען אין שטאט איז דער רבי צוגעפארן צום נייעם בנין הבית אסתר ד'סאטמאר ווי עס איז פארגעקומען א חנוכת הבית ומסיבת לחיים אין די דריי נייע שמחה זאלן ״כתר אינזליכט״ בנדבת ליבו פון הנגיד החסיד ר׳ חיים מרדכי אינזליכט הי״ו.


דער רבי האט זיך אומגעקוקט אין די פראכטפולע זאלן און דאן קובע געווען א מזוזה ביים הויפט אריינגאנג און מכבד געווען גיסו הגה״צ גאב״ד סאטמאר מאנסי שליט״א צו קלאפן א מזוזה, דערנאך האט די רבי אפגעראכטן א שולחן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשען דעם חשובע נדבן ובני משפחתו שיחי׳, פאר הנהלת המוסדות און דערנאך זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד לכבוד המאורע. נאכן מעמד איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה״ח ר׳ אברהם שלום מענדלאוויטש הי״ו ראש הקהל סאטמאר מאנסי, ווי עס איז געווען זמני כניסה פאר די חסידים תושבי מאנסי.


ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page