top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ראשון הוא: אומבאגרעניצטע פרייד ביי "הנחת אבן הפנה" אין בית שמש פאר 'ערשטע' סלאנימער ת"ת עטה"ק

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 25 בדצמ׳ 2024
  • זמן קריאה 3 דקות

עודכן: 26 בדצמ׳ 2024

מיטוואך פ' מקץ • כ"ד כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: JDN


אין א פרישע פריידיגע דורכברוך אין נעץ פון מוסדות על טהרת הקודש בארה"ק, האבן חסידי סלאנים דעם נעכטיגן זונטאג זוכה געווען מיטצולעבן א פייערליכער מעמד נשגב "הנחת אבן הפנה" פאר די נייע סלאנימע ת"ת אין שטאט בית שמש, וואס וועט זיין די סאמע-ערשטע ת"ת אינערהאלב די סלאנימע חינוך אימפעריע, וואס ווערט פונדאסניי געבויט און אוועקגעשטעלט גענצליך על טהרת הקודש, אן געניסן סיי וועלכע שטיצע פון די ציוניסטישע רעגירונג.


דער מעמד איז פארגעקומען אינעם גרויסן וויזניצער ביהמ"ד אין בית שמש, אויף רחוב ר' יהושע, וואו עס האבן מפאר געווען בראש המעמד גדולי רבני העיר, צווישן זיי כ"ק האדמורי"ם מוויזניץ בית שמש, קאסאן בית שמש, גאב"ד קרית רמ"א, הגאון הגדול ר' נתן קופשיץ, און נאך.


עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הת"ת, און דאן האט מען געהערט די פייערדיגע דרשה דורך הגאון הגדול רבי יהושע ראזענבערגער שליט"א גאב"ד קרית הרמ"א וחבר ביד"ץ עדה החרדית, וועלכער האט ארויסגעברענגט די מורא'דיגע זכי' וואס די בית שמש האט אז די סלאנימע ת"ת שליסט זיך אן אינעם וואקסנדן נעץ פון מוסדות על טהרת הקודש, און גאר שטארק משבח געווען כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א וואס איז אן עמוד האש ההולך לפני המחנה, וואס אין די לעצטערע יארן שטעלט ער זיך ארויס בתוקף ועוז לקדש שם שמים, און שוין עטליכע מאל משמיע געווען דעם אמת לעיני כל, בלי פחד ומורא.


דערנאך האט מען זוכה געווען צו הערן דברות קודש חוצבים להבות אש פונעם נשיא המוסדות כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א וועלכער האט שטארק מרחיב געווען דעם ענין פון חינוך הבנים, און שטארק מאריך געווען איבער דעם וואס מ'דארף זיך אכטונג געבן פון די פירצות און נסיונות פון די גאס, און דאן אדרעסירט די ביטערע גזירה פון "גיוס בני הישיבות" וואס איז עומד על הפרק, וואס רח"ל זענען דא אזעלכע מענטשן וואס וואגן זיך מאכן אין דעם ענין פשרות, אין די צייט וואס עס איז אין גדר פון 'יהרג ועל יעבור', מ'דארף זיך מוסר נפש זיין דערויף. דער רבי האט אויסגעשריגן "מען דארף אלע צוזאמען שטיין בדעה אחת נישט צו מאכן קיין פשרות, און נאר אזוי וועלן די ציונים נישט קענען האבן אויף אונז קיין שליטה". איבער דעם ענין האט דער רבי שטארק משבח געווען די חכמי הספרדים וואס שטייען שארף, אפילו נאך מער ווי די עדה החרדית, און מ'האפט אז מיט דעם כח וועלן די רשעים נישט קענען חרוב מאכן.


דער רבי האט מיט ווייטאג ערווענט די שרעקליכע פירצות אין חינוך וואס דרינגט ליידער אריין אין די תלמודי תורה, ובפרט די כפירה'דיגע "חינוך העצמאי" און די טריפה'נע חינוך פון ליב"ה, און ענגליש, און ליידער האבן לעצטנס עטליכע תלמודי תורה אריבערגעפירט צו ממ"ח, דורך וואס מ'ווארפט זיך גענצליך אונטער די רעגירונג, און זיי טיילן איין וואס צו טון און ווי אזוי מ'זאל לערנען, רח"ל, און דעריבער האט ער באשלאסן צו עפענען די נייע ת"ת אין בית שמש, אז עס זאל זיין גענצליך על טהרת הקודש, פולקאם זעלבסטשטענדיג און גארנישט זיין אנגעוואנדן אין די רעגירונג, וואס כאטש ער האט שוין עטליכע מאל ערווענט אז סלאנים איז נישט קיין 'פארטיי', מ'זוכט נישט צו בויען מוסדות קערפערשאפט, אז די קינדער זאלן נתחנך ווערן אין די 'אייגענע מוסדות' אין אלע עלטער, פון קליינווייז אן ביז צו די חתונה, אבער אז מ'זעט אז ס'איז נישט דא קיין ברירה, כדי צו קענען האלטן א ריינעם חינוך, מוז מען בויען א ת"ת על טהרת הקודש.


דער רבי האט שטארק משבח געווען די עסקנים ונדיבים בעם וואס אדאנק זיי איז מען דא היינט צו בויען די נייע ת"ת, הרה"ג המשפיע ר' מאיר צוויבל שליט"א מרבני ק"ק סאטמאר אין ניו יארק, העסקן הנמרץ פאר אלע מוסדות על טהרת הקודש ר' שלמה מענדלאוויטש פון קרית יואל, הטפסר המרומם ר' מרדכי קאהן ראה"ק דק"ק סאטמאר מאנטרעאל, וואס ער האט זיך לעצטנס אונטערגענומען צו שטיין לימין הת"ת.


דערנאך האט מען געהערט די דיבורים נלהבים ונרגשים דורך הגה"צ מלהיב לבבות ישראל רבי מאיר צוויבל שליט"א, וועלכער האט אויפגעלאמט די הערצער איבער'ן אומשאצבארן זכי' און קידוש ה' וואס שפילט זיך דא אפ, ווען מ'שטעלט אוועק א מוסד על טהרת הקודש, משאת נפשו הטהורה פונעם הייליגן סאטמארער רבי'ן זי"ע, און די זכי' וואס מ'האט צו שטיין לימין די סלאנימע מוסדות, און ער מצד עצמו וועט ווייטער שטיין לימינם בכל כח ועוז.


דערנאך איז דער גאנצער ציבור ארויס צום חצר פונעם שטח הבני', די קאפעליע האט געזינגען ניגוני התעוררות, און איידער'ן לייגן דעם גרונדשטיין האט דער רבי שליט"א פארגעליינט בקול רעש גדול און בקול חנוק מדמעות א לענגערער מאמר פונעם זוה"ק, איבער'ן חשיבות פון בויען א בנין לה' ולתורתו. דערנאך האט דער רבי געלייגט די גרונדשטיין, און דערנאך מכבד געווען הגה"צ ר' מאיר צוויבל צו גיסן אבני הבנין, און העסקן ר' שלמה מענדלאוויטש, און די עסקנים און מנהלי הת"ת. און מ'האט זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ ברחובה של עיר, שליסנדיג דעם אומפאגעסליכן מעמד וואס האט געשאנקען אומגעהויערע חיזוק פאר די סלאנימע קהלה און בכלל פאר'ן יהדות החרדית בארה"ק.


ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree


ree

ree


ree

ree

ree

תגובות


bottom of page