top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

דורכברוך אין תולדות אברהם יצחק • אנגעהויבן מאסיווע בוי ארבעט צו פארברייטערן ביהמ''ד הגדול

זונטאג פ' שלח - כ"ב סיון תשפ"ג | קול בחצרות


חסידי תולדות אברהם יצחק קוקן זיך צו מיט התרגשות מיטהאלטענדיג די היסטארישע בוי ארבעט בבנין ביהמ"ד הגדול תולדות אברהם יצחק, די הויפטקוואטיר פונעם הויף בעיר הקודש ירושלים, אין די סמעטענע פון שטאט אין שכונת מאה שערים, ווען נאך לאנגע יארן זעהט מען מיט די פליישיגע אויגן די הרחבת גבולי הקדושה, אויף וואס די הונדערטער חסידים קוקן שוין ארויס א לענגערע צייט.


ווי באקאנט הערשט א שרעקליכע געדרענג אינעם ביהמ"ד הגדול תולדות אברהם יצחק, ווען אין די לעצטע זעקס און צוואנציג יאר זינט די התייסדות הקהילה איז די ציבור זיך צעוואקסן אויף א מורא'דיגע פארנעם בלי עין הרע, אבער א מעגליכקייט צוצובויען צום ביהמ"ד איז נאכנישט אנגעקומען, און די לחץ זו הדחק האט זיך אויסגעשריגן פון יעדן ווינקל, איבערהויפט אין די ימים טובים און ימים נוראים ווען מ'האט ממש נישט געקענט אריינלייגן קיין איבריגע נאדל אין דעם היכל בית המדרש.


תיכף נאך די ימים נוראים היי יאר תשפ"ג, האט כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א באאויפטראגט די עסקנים זיך זאפארט אריינלייגן אינעם פראיעקט, און די לעצטערע חדשים זענען געווארן אויסגעארבעט די פונקטליכע פלענער, וויאזוי צוצובויען גרינגערהייט און שנעלערהייט. אצינד האט מען טאקע אנגעהויבן די פאקטישע בוי ארבעט לשמחת לבם פון די הונדערטער חסידים איבער די גארער וועלט.


פארלאפענע וואך האט מען גענצליך אפגעשפארט דעם בית המדרש פאר די קומענדיגע חדשים, א גרויסע שאטער איז געווארן אויפגעשטעלט אקעגן איבער דעם רבינ'ס שטוב, נעבן די גרויסע סלונימע בית המדרש אין מאה שערים, דארט האט דער רבי געפירט די תפילות און טישן דעם שבת קודש, און אזוי אויך וועט דארט פארקומען די שמחת פדיון הבן פון א אור אור אייניקל ביים רבי'ן וואס קומט פאר מארגן מאנטאג.


די קומענדיגע צוויי חדשים וועט דער רבי וויילן אין הר יונה אויף אפרוה, און מען קוקט ארויס אז אויף די קומענדיגע ימים נוראים וועט מען כאטש אויף צייטווייליג זיך קענען באנוצן מיטן נייעם פארברייטערטן היכל בית המדרש.


די יעצטיגע ארבעט נעמט אריין א מאסיווע גראבעריי אונטער די בנין בית המדרש, צוצוברענגען נאך א רייע שטאקן פון אונטן, וואו עס וועט ווערן פלאצירט די תלמוד תורה, וואס געפונט זיך ביז היינט אין די העכערע שטאקן פונעם בנין. אין די יעצטיגע שטאקן פון ביהמ"ד וועט מען אויפבויען א פראכטפולע מקוה און שטיבלעך צום דאווענען, און אויף די העכערע שטאקן וועט מען אויפבויען א פראכטפולע היכל בית המדרש מיט הונדערטער זיצן מער ווי ביז היינט.


אזוי אויך וועט מען בויען א בריק וואס וועט גיין פונעם רבינ'ס שטוב ביז די היכל בית המדרש, צו פארגרינגערן פארן רבי'ן דאס קומען און גיין מדי יום ביומו ומדי שבת בשבתו.


די התרגשות ביי חסידי תולדות אברהם יצחק איז גאר גרויס, ארויסקוקענדיג צום ענדע פון די ימי המלאכה, גדול יהיה כבוד הבית הזה.


*

אינעם בילד: דאס יאהר תיכף נאך די ימים הנוראים האט זיך האד' מתולדות אברהם יצחק אויסגעדריקט פאר די עסקנים אז שוין אויף שבת בראשית ווי ער זעהן א טראקטאר אין ביהמ''ד, טאקע ערב שבת בראשית איז אנגעקומען דעם ערשטן טראקטאר אין ביהמ''ד לעשות רצון צדיק.


Comments


bottom of page