top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ירושלים • נאנט צו א מיליאן דאלאר אויפגעטריבן אין איין נאכט פארן 'קרן עולם התורה'

מאנטאג פ' מטות מסעי • כ"ג תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

 

א ציבור עצום בני תורה, אינגעלייט און בחורים פון אויסלאנד דרי ירושלים עיה"ק האבן זיך פארזאמלט דעם ליל שישי אין די זאלן פון די בעלזא תלמוד תורה אויף אן אסיפה נחוצה צו אויפטרייבן אסטראנאמישע סכומים פארן פריש געגרינדעטע ’קרן עולם התורה’ אין ארץ ישראל, אין שפיץ פונעם אסיפה האט זיך משתתף געוועהן מרן הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבודקא וועלכע האט זיך מטריח געוועהן לנוכח די שווערע סיטואציע אין וואס די ישיבות און כוללים אין ארץ ישראל געפינען זיך.


דברי פתיחה איז געהערט געווארן דורך הגאון הגדול רבי דוד כהן ראש ישיבת חברון, דערנאך האט הרה"צ המשפיע רבי אלימלך בידערמאן שליט"א כדרכו אויפגעפלאמט דעם ציבור איבער די גרויסן זכות צו זיין א חלק פון ראטעווען דעם עולם התורה פון צוזאמבראך. דערנאך האט מען געהערט די פייערדיגע דרשה פון הרה''ג רבי יצחק מאיר שטערנבוך ר''מ בישיבת מיר וואס האט ווי עלעקטעזירט דעם זאל מיט זיין פעריל ווערטער, ארויסברענגענדיג די גודל הסכנה אין וואס כלל ישראל געפינט זיך און ווי די געוואלדיגע טירחא וואס די גדולי ומאורי הדור נעמען אונטער לטובת די מטרה קדושה וואס שטרייכט אונטער די גאר קריטישע נויטווענדיגקייט אין דעם זמן.


בחרדת קודש האט מען ענטפאנגען דעם גאון ישראל מרן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א וועלכע האט משמיע געווען פייערדיגע ווערטער איבער די חובת השעה, ובקול בוכים ארומגערעט איבער די שווערע אנגעצויגענע מצב און די שרעקליכע גזירה און איבער די גרויסע אחריות אונטערצוהאלטן די פינאנציעלע זוילן אז די ישיבות און כוללים זאלן נישט צוזאמפאלן פון די שרעקליכע גזירה, און מעודד געווען די בני תורה זיך אונטערצוגארטלען און נעמען אויף זיך סכומים יותר כפי יכולתו, די ראש ישיבה האט באטאנט אז טראץ וואס עס קומט איהם נישט אן גרינג די רייזע, וועט ער אבער אינאיינעם מיט די אנדערע גדולי ישראל אונטערנעמען די נסיעה קיין ענגלאנד בטלטולי דאורחא למען הצלת עולם התורה, בסיום דבריו האט די ראש ישיבה מאציל געוועהן פיל ברכות מעומקא דליבא פאר אלע פארזאמלטע.


נאך די דיבורים היוצאין מלב טהור האבן די פארזאמלטע אונטערגענימען סכומים הגונים צו שאפן צווישן נדיבי עם תומכי תורה בארץ ובגולה, א סך הכל פון א מיליאן דאללער וואס איז אונטערגענימען געווארן בלויז אין דעם איין נאכט, עס איז דאן געוועהן א געלעגננהייט פאר די בני תורה דורכצוגיין ביים סלאבאדקע ראש ישיבה מיט די שטרי התחייבות, און די ראש ישיבה האט יעדן אנגעוואונטשן בברכות לרוב ובמאור פניו.


א מחזה הוד פון נעשה ונשמע האט זיך אפגעשפילט תיכף נאכן מעמד אינעם קאמענד סענטער אינעם זאל ווען די מאסן פארזאמלטע האבן אויפגעטריבן די שווערע געלטער דורכן טעלעפאן און מזכה געוועהן עמך אידן ותומכי תורה מיט דעם געוואלדיגן זכיה.












































Comments


bottom of page