בנהירו דאנפין: האד' מוויזניץ רעכט אפ געהויבענעם יום טוב פורים אין לאס אנדזשעלעס
- Bechatzros admin
- 16 במרץ
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 17 במרץ
זינטאג פ' ויקהל • ט"ז אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

גאר געהויבן איז פאראיבער דעם יום טוב פורים בצילא קדישא פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אינעם ווייטן לאס אנדזשעלעס, וואו דער רבי וויילט לצרכי רפואה, און האט ב"ה זוכה געוועהן אפצורעכטן דעם ערשטן העלפט פורים בתוך קהל ועדה, זייענדיג א זעלטן געהויבענע איבערלעבעניש פאר די וואס האבן דאס מיטגעלעבט.
א גראפע חסידים פון ניו יארק דאראונטער די נכבדי העדה און בעלי בתים חשובים, זענען מיט ספעציעלע ערלויבעניש געקומען צו פארן קיין לאס אנדזשעלעס צו וויילן מיטן רבי'ן שליט"א אין דעם גרויסן טאג פון פורים.
ליל פורים בעפאר קריאת המגילה האט דער רבי שליט"א טעלעפאניש איבערגעגעבן ברכת קדשו פאר עדת חסידי וויזניץ בכל מקום שהם, לכבוד יום טוב פורים, וואו דער רבי האט געהייסן די חסידים זיין פרייליך, און טוהן דעם רצון השם.
בעפאר קריאת המגילה האט דער רבי שליט"א געזאגט די ברכות בקול חינוך מדמעות, און ממנה געוועהן הרה"צ רבי חיים מאיר ארנסטר שליט"א פון מאנסי נכד הרה"ק בעל אמרי חיים מוויזניץ זי"ע צו ליינען די מגילה.
עס האט נאכגעפאלגט די סעודת פורים בנהירו עילאה, דארט בבית האכסניא אין שטוב פון הרב שמואל בנימין איינהארן וואו עס איז געוועהן צוגעשטעלט א סעודה רחבה לכבוד היום, און א לענגערע צייט האט מען זיך משמח געוועהן מיט פרייליכע טענץ, ווען א קאפעליע היימישע וויזניצער אינגעלייט האבן מהנה געוועהן מיט די ניגונים וואס מען איז געוואוינט פורים אין וויזניץ, וואס האט ערוועקט בענקשאפט נאכ'ן אמאל ביי די לעכטיגע ימי הפורים אין קרית מלך רב, קרית וויזניץ בני ברק, בעת דער רבי שליט"א טוט מעודד זיין די ניגונים בשארית כוחותיו.
בשעתן סעודה איז צוגעקומען הרה"ח ר' נחום האלפערט הי"ו מחשובי חסידי בעלזא אין לאס אנדזשעלעס וועלכער האט איבערגעגעבן א משלוח מנות פון מורו ורבו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, מיט א הארציגע בריוו וואס דער רב שליט"א האט געשיקט פארן שוואגער די וויזניצער רבי, באגלייט מיט ברכות לרוב פאר א גאנצע רפואה בזכות תפילות ישראל און סגולת יום הפורים.
נאכן סעודה וואס האט זיך פארצויגן אריבער צוויי שעה, איז דער רבי שליט"א ארויסגעפארן צום שפיטאל, אין בעפארברייטונג צום קאמפליצירטע און גורלדיגע אפעראציע וואס דער רבי וועט דורכגיין מארגן מאנטאג.
פרייטאג בעצם יום הפורים האט דער רבי געליינט די מגילה אינעם ביהמ"ד וואס איז אהערגעשטעלט געווארן אין שפיטאל פארן רבי'ן שליט"א און די מקורבים, וואו הרב חיים מאיר ארנסטר האט געדינט אלס שליח ציבור. נאכן ליינען די מגילה האט דער רבי מקיים געוועהן די מצוות היום פון מתנות לאביונים און משלוח מנות און זיך געוואשן צו א סעודה.
באין די לעצט-פארבליבענע שעות צום מארגנדיגע אפעראציע טוט מען דורכפירן אלע נויטיגע אונטערזוכונגען, בעת כלל ישראל איז ווייטער מרבה בתפילה לרפואתו השלימה פונעם רבי'ן שליט"א, מרן ישראל בן לאה אסתר בתוך שאר חולי ישראל.
















פארווואס ליגט מען ארויף א בילד ווי מען זייט א קליינעם שייגץ'ל האלט'ן א שמד'פון, ס'איז דאך עקלדיג ! ! נעקסט זאל מען דאס אויסמעק'ן!