מוצאי שבת חול המועד ג' דחוה"מ פסח • י"ט ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילד קרעדיט: שוקי לרר
א התרגשותדיגע מאמענט האט זיך אפגעשפילט דעם שבת בחצר הקודש בעלזא ווען כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א האט ביי קריאת התורה געבענטשט גומל בשם ומלכות, לויבנדיג דעם בורא כל עולמים אויף די אלע ניסים ונפלאות און חסדים גלוים דורכאויס די לעצטע יאהר צייט.
ווי ברייט באקאנט האבן חסידי בעלזא ליידער מיטגעמאכט גאר א שווער יאהר, שוין אנגעהויבן פון חודש אדר תשפ"ג ווען כ"ק האדמו"ר מבעלזא שליט"א איז איז אריבער א שווערע מעדיצינישע דורכגאנג און געליטן פון א סטראוק, און בפרט חול המועד פסח ווען די רב שליט"א איז אריבער די אפאראציע אויף די ריקן, און געמוזט פארבלייבן אויף יו"ט שביעי של פסח אין שפיטאל אין די צייט וואס גאנץ כלל ישראל און טויזענטער חסידי בעלזא בפרט האבן איינגעריסן לרפואתו השלימה.
אצינד שטייענדיג נאך א גאנץ קיילעכיג יאהר זעהנדיג די ישועה למעלה מדרך הטבע, ווען דער רב שליט"א גייט אן מיט די עבודת הקודש מיט אן עזות דקדושה, נאכן צוריקקומען צוביסלעך לאיתנו הראשון, און די חסידים האבן ווייטער די זכיה זיך אנצושעפן פונעם באר מיים חיים, האט די רב שליט"א אין א אומגעראכטענע שריט גומל געבענטשט להודות ולהלל.
די רב שליט"א האט כמדי שבת בשבתו עולה געווען לתורה די עליה פון שישי, און נאכן עולה זיין געבעטן א סידור און אויפגעמישט צום ברכת הגומל, א סקרוך פון שמחה איז דורכגעלאפן ווען די רב שליט"א האט געבענטשט די ברכה בשם ומלכות, ויעבור הרנה במחנה, ווען דער ציבור חסידים זקנים עם נערים האט לעומתו געענטפערט מי שגמלך כל טוב, הוא יגמלך כל טוב סלה. נאכן דאווענען האט מען געזינגען ניגוני שבח והודאה אויף די גרויסע רחמים וחסדים למעלה מדרך הטבע, מיט א בקשה על העתיד למען בריאותו השלימה וחיזוק כוחותיו בבריות גופא ונהורא מעליא.
Comments