מיטוואך פ' ויגש • ח טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש
פארלאפענעם וואך מיטוואך אווענט איז פארגעקומען א רייכע מסיבת שבע ברכות וואס די הנהלת מוסדות והישיבה קטנה ד'סאטמאר אין וויליאמסבורג האט צוגעשטעלט לכבודו פונעם נדיב בונה ומקים עולמות של תורה ר' יואל לאנדא בהשתתפות פון כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א וועלכע האט באשיינט די שמחה לכבוד דעם חשובן נדיב.
בשעת דעם מעמד שבע ברכות איז געמאלדן געווארן דורך די הנהלת המוסדות, בנוכחתו פונעם רבי'ן שליט''א אז דער נייער הערליכער זאל בנדבת לבו פונעם נדיב אינעם בנין הבית רחל בנין קויפמאן - וואו די שבע ברכות איז אפגעראכטן געווארן - וועט גערופן ווערן בכתר שם טוב העולה על גבי׳ מיט׳ן פאסיגן נאמען ״עדן לאנדא - Eden Landau”, און וועט אי״ה שטיין אין באנוץ לטובת די טויזנטער חסידי סאטמאר תושבי שכונת גערי-טרופ און דעם אומגעגענט, לשמחות צאצאיהם למזל טוב מתוך הרחבת הדעת.
ביים שבע ברכות האבן זיך באטייליגט אלע מנהלים רוחניים פון די מוסדות הקדושים, און אלע חברי הנהלה פון די מוסדות, ישיבה קטנה, מוסדות סאטמאר בארא פארק, חברי ועד אולמי סאטמאר, און יעדער האט ארויסגעברענגט דעם געוואלדיגן הכרת הטוב פאר זיין תמיכה אדירה בכל עת ועונה, ובפרט להרמת קרן המלמדים.
אלע בעלי דרשנים אין שפיץ הגה״צ רבי יעקב בער טייטלבוים אבד״ק סיגוט, האבן מיט ווארעמע ווערטער ארויסגעברענגט די הילף פון ר' יואל למען הצלת והחזקת הקהילה והמוסדות מאז ומקדם. דאן האט די סאטמאר רבי שליט''א משמיע געווען דברות קודש לכבוד הנדיב און געוואונטשן מברכותיו הטהורות, און דערנאך האט זיך די רבי שליט"א אריינגעלאזט אין א ריקוד מיט'ן חתן און די מחותנים, און באזונדער מיט'ן מחותן הנגיד ר' יואל.
Comments