top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסאטמאר פירט דורך עקספערימענט אויף נייע "ערב פסח אויוון" פאר נייע "ערב פסח בעקעריי" פאר'ן רבי'נס חבורה

  • Bechatzros admin
  • 10 באפר׳
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: 21 באפר׳

מיטוואך פ' צו • י''א ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

די וואך דינסטאג פארמיטאג נאך תפלת שחרית איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אריבער צום בית האופה המהודרת קרית יואל, און דורכגעפירט אן אייגנארטיגע עקספערימענט אויף א שפאגל-נייע פראקטישע "מצה אויוון" ספעציעל געבויט און דעזיינט פאר'ן רבי'נס מצות-באקן פון ערב פסח, וואס וועט היי-יאר פארקומען אין א נייעם מקום, אויסשליסליך פאר'ן רבי'נס חבורה.


ביז היינט פלעגט דער רבי באקן די ערב פסח מצות אינעם ערב פסח מענער-בעקעריי וואס די בית האופה שטעלט אהער פאר ערב פסח, אינעם בנין ישיבה קטנה אויף דער געציל בערגער גאס, וואו איין חבורה איז געווען דעם רבי'נס חבורה, ווען דער רבי האט מעריך געווען מיט א פלאם פייער און התרוממות דקדושה דעם סדר האפי', באגלייט מיט'ן אמירת ההלל מיט גרויס התעוררות און דביקות.


יאר-צו-יאר איז נתרבה געווארן דער ציבור חסידים זקנים עם נערים וואס האבן זיך אריינגעשטופט אין די בעקעריי מיטצוהאלטן די עבוה"ק, ביז'ן קומען צו א מצב ווען דער מקום איז שוין זייער צר מהכיל פון אקאמאדירן דעם ריבוי העם, און דער געדרענג און שטופעניש איז גאר שטארק.


לאור זה האט די מצה בעקעריי פארוואלטונג מסדר געווען אויף היי-יאר א ספעציעלע עקסטערע ערב פסח בעקעריי, בלויז פאר'ן רבי'נס חבורה, אין איינע פון די בניני המתיבתא, וואס וועט פולקאם פארוואנדלט ווערן אלס מצה בעקעריי מיט אלע נויטיגע איינריכטונגען און צוגעהערן, מיט א ספעציעלן גרויסן אויסשטעל פאר'ן ציבור צו קענען מיטהאלטן אלע חלקים פונעם סדר האפי' און די אמירת ההלל פונעם רבי'ן שליט"א.


מטעם דעם בית האופה האט מען ערצייגט א שפאגל נייע "ערב פסח אויוון", אהערגעשטעלט מיט די גרעסטע מאס הידורים און פראקטישקייטן, און דאס וועט אינסטאלירט ווערן אויף צייטווייליג, פאר ערב פסח, אין די נייע ערב פסח בעקעריי אינעם בנין המתיבתא, וואו מ'וועט דערין אפבאקן די אלע מצות פונעם רבי'נס חבורה ערב פסח.


איידער'ן אריבערטראגן די נייע אויוון צום בנין המתיבתא, האט מען דאס אריבערגעטראגן צום חצר פונעם בית האופה המהודרת אויף דינוב ראוד, וואו דער רבי שליט"א איז אריבערגעקומען און דורכגעפירט אן עקספערימענט, ווען מ'האט אנגעהייצט דעם אויוון און מ'האט אפגעוועלגערט עטליכע מצות וואס איז געווארן דארט אפגעבאקן אין חצר, תחת כיפת השמים.


דער מנהל בית האופה הרב יואל שלמה זאלדאן האט צגעוויזן פאר'ן רבי'ן אלע דעטאלן פונעם געבוי, און ווי אזוי אלע פונקציעס איז געווארן אהערגעשטעלט מיט די שענסטע הידורים, און דער רבי האט באטראכט יעדן דעטאל בפרטיות, און אנגעוויזן פארשידענע הדרכות און הערות, און דערביי אויסגעדרוקט שטארקע התפעלות און באדאנקט די מנהלי בית האופה פאר'ן דאס אהערשטעלן.

ree
ree
ree

תגובות


bottom of page