קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
- Bechatzros admin
- 8 במאי
- זמן קריאה 6 דקות

דאנערשטאג פ' אחרי קדושים • י' אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש
די דברים כדרבונות פון האד' מסאטמאר ביים מעמד חנוכת הבית פארן נייעם בנין ישיבה לצעירים דסאטמאר אין וויליאמסבורג וואו דער רבי האט גערופן די חסידים זיך ארויסצוציען פון שטאט, און קומען וואוינען קיין קרית יואל.
האדמו"ר מתולדות יהודה האט 'קרישקעס' באמערקט גייענדיג אויף די בארא פארקער גאסן כאחד האדם אן קיין גבאים.

ידיד בית אבא: הרה"צ רבי נחמיה אלתר בן האד' מגור באזוכט בבית האכסניא פון האד' מוויזניץ מאנסי אין שטאט לאנדאן.

רירענדע ווערטער פון הגאון רבי משה הלל הירש ראש ישיבת סלאבאדקע ביים מעמד "חנוכת הבית" אין די נייע אפיסעס פון די בארימטע אלוועלטליכע ארגאניזאציע "בוני עולם" אין שטאט בני ברק, וואו דער ראש הישיבה האט זיך אויסגעדרוקט אז ער גייט ארויס מגדרו און ער איז זיך מטריח אנצוקומען צום מעמד, ווייל בוני עולם איז זיך מוסר נפש פאר כלל ישראל, וועט ער אויך טאן אלעס וואס ער קען זיי מחזק צו זיין.
די צוויי משמשים בקודש ביי האדמו"ר מתולדות אהרן הרב גבריאל שישא און הרב משה יוסף צימעט האט 'קרישקעס' באגעגענט ביים יארצייט ג' אייר אין קערעסטיר.


חסידי ראחמיסטירווקא קלאמערן זיך ביים דאווען שטוב פון האד' מראחמיסטריווקא צו הערן קולו בקודש ביים ציילן ספירת העומר.

דער בארימטער פילאנטראפ און תומך תורה הנגיד ר' לאוי שיינער הי"ו באזוכט אין בני ברק ביים ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א מקבל צו זיין ברכת קדשו צום גראנדיעזן מעמד 'אדירי התורה' וואס קומט פאר נאך יום טוב שבועות הבעל"ט.

האד' מזוועהיל האט קרישקעס די וואך באמערקט אין די לוד לופטפעלד זייענדיג עוסק בתורה אין די לאקאלע בית חב"ד, אונטערוועגנס צו די קברי אבות אין אייראפע.

האד' מדעעש באזוכט אינעם נייעם דירה פון זיין אייניקל הרב חיים מאיר רוקח נכד האד' מבעלזא אין ירושלים, וואו דער רבי האט קובע געוועהן א מזוזה און מעריך געוועהן א שולחן לחיים.

די הוראות הקודש פון האד' מבעלזא אמבאלאנגט די נסיעות פאר בחורים קיין מירון אום ל"ג בעומר.

די מאטארקאדע פונעם ראשון לציון הגאון רבי דוד יוסף שליט"א, וואס געפונט זיך אויף א חיזוק באזוך אין פראנקרייך ביים אנקומען אויף א באזוך אין מוסדות מרכז התורה פון הגאון רבי יהודה טולדנו אין פאריז.
שיינעם מעמד קבלת פנים לכבודו פון הרב יואל העניך העלבראנץ שליט"א מנהיג קהילת כנישתא חדא, פארגעקומען במעונו פון הנגיד ר' צבי אלימלך פיש הי"ו אין מאנסי.

האד' ממעזיבוז ביים פתיחת שערים פונעם נייעם 'קארפור' סופערמארקעט במקום מגוריו אין פתח תקוה.

לולי תורתך שעשועי: הגאון רבי יצחק אזרחי מראשי ישיבת מיר ביים איבערגעגעבן די וועכענטליכע מוסר שמועס דורך א הוקאפ פון זיין שפיטאל בעט, געציילטע טעג נאכן דורכגיין א קאמפליצירטע הארץ פראצעדור.
בשבילי קערעסטיר: דער בדחן ר' ישראל שטערן הי"ו פון לאנדאן אין א שמועס מיט האד' מאלעסק סטאניסלאוו לאנדאן ביים יארצייט ג' אייר אין קערעסטיר.

האד' מוויזניץ וויליאמסבורג באזוכט ביי הגה"צ אבד"ק פאקשעוויץ טשענסקאוויץ, וואו דער רבי האט זיך באדאנקט נאכן זיך באנוצן מיטן ביהמ"ד אין די מאנטיבעללא געגענט אין מאנסי וואו דער רבי האט געוויילט אויף אפרוה.

הכנות צום דאווענען ביים העכסט געלונגענעם "ללכת נסיעה" קיין קערעסטיר צוגעשטעלט אויפן העכסטן שטאפל, מערקט דער מגיד נפלא הרה"ג רבי אברהם מרדכי מלאך שליט"א.

דער באקאנטער בעלזער עסקן ר' יהושע וויינבערגער הי"ו האט קרישקעס די וואך באמערקט בקודש פנימה ביי האד' מבעלזא.

עוד יזכור לנו: היסטארישע בילדער פונעם יומא דהילולא אין קערעסטיר מיט יארן צוריק ווען עס פלעגט בלויז קומען צופארן אויף יארצייט א קליינע קבוצה פון קוים א מנין אייניקלעך. ווערט געזעהן הגה"צ רבי ישעי' גרויס זצ"ל אבד"ק קערעסטיר-בערבעשט, הרב החסיד ר' ישעי' שלום לאנדא ז"ל און יבלחט"א הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר מאנסי שליט"א.


שמעו דבר ה': הרה"ג רבי אברהם אלי' פריעדמאן שליט"א, מייסד ויו"ר מפעל שמעו, וואס שטעלט אויף חבורות צו לערנען דעם ספה"ק ויואל משה, ביים באקומען ברכות קודש פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א אויף די מתנות וואס גייט פארטיילט ווערן פאר די לומדים.

והנה סולם מוצב ארצה: הרה"ח ר' ירמי' טייטלבוים שליט"א קריכט ארויף אויף א לייטער אויפ'ן צו באאבאכטן די בוי-ארבעט אויפן נייעם זאל אינעם פראכטפולן בנין החדש פון די סאטמארער מיידל סקול אין ירושלים עיה"ק.

ביים ציון פון הגה"צ רבי משה דוב (בער) הלוי בעק זצ"ל אבד"ק "בית יהודי" מאנסי אין טאג פונעם יארצייט פארלאפאנעם וואך ד' אייר.

בנועם שיח: האד' מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי אין א שמועס מיט הרה"ג ר' שלמה זלמן פריעדמאן שליט"א אבד"ק סאנטוב לעיקוואד ובעל נועם שיח נאכן ברית פון אן אייניקל די וואך.

דער היימישער שפילער הרה"ח ר' ראובן גראס הי"ו ביים איבערגעבן זיין התחייבות פאר רבו האד' מבאבוב-45 לטובת די יעצטיגער מגבית פתיחת שערים.

סענאטאר סקופיס ביים באזוך בביתו נאוה קודש פון האד' מסאטמאר אין 'קרית יטב לב' בלומינגבורג וואו מען האט דיסקוסירט דעם ביטערן גזירת החינוך. ווערט געזעהן העסקן הדגול הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן הי"ו.

האד' מפארשעי אנקומענדיג אהיים קיין ניו יארק נאכן יערליכן נסיעה צום יארצייט ג' אייר אין קערעסטיר.

הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח מבעלזא מערקט 'קרישקעס' פאריגן ליל שישי ביים כותל המערבי לקראת די חתונה פון בתו הכלה דעם חודש סיון הבעל"ט, כמנהגו צו מתפלל זיין 40 טעג ביים כותל בשמחת צאצאיו.

הגה"צ רבי ברוך מרדכי מינצבערג רב דקהל עדת המתידים ביים אנוואונטשן בנש"ק הרב מענדל רובין שליט"א מראשי ההכנסת אורחים אין קערעסטיר, נאכן באזוכן אין רבי ישעי'לעס הויז בעצם יומא דהילולא.
האד' מווערעצקי האט 'קרישקעס' באמערקט אינעם לוד לופטפעלד איידער ארויפשטייגן דעם פליגער קיין קערעסטיר אונגארן.

מכתב חיזוק פון הגה"צ רבי פנחס חיים גרינוואלד אבד"ק פאפא מאנסי מיט א הייסע רוף צום ציבור זיך אנצושליסן אינעם "מצא טוב" רעוואלוציע.

בקולות וברקים: האד' מלויצק איז מתפלל ביים ציון הק' פונעם פעטער הרה''ק רבי יעקב חיים מסטאלין זצוק"ל אין שטאט דעטרויט.
האדמו"ר מבאיאן איז מתפלל ביים כותל המערבי, כמנהגו יעדעס יאהר אין די טעג בעפאר ל"ג בעומר זיך גרייטנדיג אנצוצינדן די צענטראלער הדלקה אין מירון, כחזקת אבותיו.

דער בארימטער משפיע ומלהיב לבבות ישראל הגאון רבי שמעון שפיטצער שליט"א איז שופך שיח ביים ציון הק' אין קערעסטיר אין די טעג ארום די הילולא ג' אייר.

האד' מראחמיסטירווקא ביי א ברית די וואך פון א אייניקל פון המקובל הגה"צ רבי מרדכי ברים שליט"א וואו דער רבי איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.

א בריוו פון הרב יוסף אייכנשטיין משב"ק אדמור"י בית ביאלא וואו ער רופט די חסידים ממשיך צו זיין דעם מנהג קדוש פון מעמדות געלט, ביי כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א שטייענדיג נאכן ערשטן יאהר וואס דער רבי האט איבערגענומען די כתר האדמור"ות.

די נייע פראכטפולע בנין בית חינוך לבנות דחסידי סאטמאר אין שטאט בני ברק וועלכע וועט שוין באנייעט ווערן אויפן קומענדיגן שנת הלימודים, לקראת די גרויסע נסיעה דורך האד' מסאטמאר קיין ארץ ישראל צום חנוכת הבית.
האד' מקאמארנא איז מספיד ביי די לוויה פון זיין מומע מרת הינדא גאטליב ע"ה, טאכטער פון הרה"ק רבי חיים יעקב מקאמארנא זצ"ל וואס איז די וואך נפטר געווארן אין טיפן עלטער פון הונדערט יאהר.

ניגוני התעוררות ביים ציון הק' אין קערעסטיר מוצאי שבת נאכן הילולא, מערקט הגה"צ רבי משה בראנדסדארפער גאב"ד היכל הוראה צווישן די מתפללים.
די סאטמארער קאפעליע ביים מהנה זיין ביים גרויסן שבת מלכתא, אנגעפירט דורך הרבנית הצדקנית סאטמאר.
הרב שלום רוקח נכדו הגדול פון האד' מבעלזא ביים מסיבת לחיים נאכן קביעת מזוזות אין די נייע אפיסעס פונעם אדוואקאט ר' אהרן לעווינגער הי"ו פון די חשובע תומכי המוסדות.

די רייכע הזמנה פעקל וואס איז געשיקט געווארן דורך איגות מוסדות וויזניץ צו די נגידי ותומכי המוסדות אלוועלטליך אין בעפארברייטונג צום וויעדה העולמית וואס וועט אפגעהאלטן ווערן קומענדיגע וואך ערב ל"ג בעומר אין ארץ ישראל, מיטן האפענונג אז דער רבי שליט"א וועט זיך קענען משתתף זיין.
דער עסקן ואבי היתומים ר' יעקב אליעזר שישא יושב ראש ארגון 'בנינו' ביי הבדלה נאכן געהויבענעם שבת אין "בית בננו" אין קערעסטיר, שבת נאך די הילולא פון הרה"ק רבי ישעי'לע מקערעסטיר זי"ע.
א שפאציר ארום די נייע "מתחם הילולא" וואס מ'האט געעפנט פאר צוויי יאר צוריק אונטן ביים מושב מירון, און דאס יאר וועלן אויף דעם מקום רחבת ידים אפגעראכטן ווערן אלע הדלקות אין מירון, אין לויף פון די הילולא.
הרה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א ביים מסיבת לחיים פאריגע וואך נאכן דאווענען אין טאג פון זיין פאטער'ס יארצייט הרה"ח ר' דוד שעכטער זצ"ל פון די חשובע בני יישוב הישן.

דער משמח ר' יענקעלע קורנבליט צווישן די טויזנטער פוקדי הציון אין קערעסטיר ביים יארצייט.

הנגיד הישיש רבי ישראל דוב גאלדבערגער שליט"א, מחשובי חסידי סאטמאר, מיט זיינע קינדער אינעם אוהל הק' אין ליסקא, מקום מנוחתם פון הגה"ק בעל אך פרי תבואה זי"ע וחתנו מ"מ הגה"ק בעל טל חיים זי"ע וועמענס יארצייט איז אויסגעפאלן די וואך.
הרה"צ רבי יעקב יוסף האגער בן האדמו"ר מוויזניץ לאנדאן איז מתפלל ביים ציון הק' אין קערעסטיר אין טאג פונעם יארצייט ג' אייר.

דער באבובער עסקן ר' יעקב יוסף פליישער הי"ו שלענגלט זיך אין די רייע אנצוקומען ציון ציון הק' אין קערעסטיר ביומא דהילולא ג' אייר.

א ברכת מזל טוב פאר הרה"ח ר' יצחק נחום האמבורגער הי"ו משב"ק האד' מטאהש לרגל שמחת הולדת בנו למזל טוב.








תגובות