top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מחיל אל חיל • הנגיד ר' עקיבא הערש קליין קויפט אפ שם הבנין פון נייעם בנין בית רחל אין קרית יואל

מונטאג פ' נשא - ט' סיון תשפ"ג | קול בחצרות


נעכטן אויפדערנאכט ביים מעמד חנוכת הבית פארן נייעם בנין הת"ת החדש 'בנין קליין' אין קרית יואל האט כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א געבראכן די נייעס איבער א פרישע נדבה פונעם טפסר לבית סאטמאר הנגיד ר' עקיבא הערש קליין פון די אסטראנאמישע סכום פון צען מיליאָן דאללער! לטובת די נייע בנין הבית רחל אין קרית יואל.


דער רבי האט ארויס געברענגט די זכי' וואס דער נדבן הבנין האט, ועוד ידו נטויה נאך וואס הנגיד רבי עקיבא הערש הי"ו האט שוין אויך אפגעקויפט די זכות פארן שם הבנין פונעם נייעם בנין הבית רחל פארן אומגלויבליכן סכום פון צען מיליאן דאלער! און דער רבי האט געזאגט אז מצוה גוררת מצוה, דער נדבן האט אנדערש ווי אנדערע דעוועלאפערס נישט צוגעבעטן קיין פרוטה פאר די דירות וואס ער האט פארקויפט, און אין זכות פון דעם מצוה שבין אדם לחבירו האט ער זוכה געווען מנדב צו זיין די צוויי בנינים פאר חינוך הבנים והבנות.


דערביי האט דער רבי אויפגעפאדערט אלע אנדערע דעוועלאפערס זיך אפצולערנען פון אים, ממנו ילמדו וכן יעשו, און מסיים געווען בברכת קדשו.


די פאַקטישע אויפבוי פון נייע "בית רחל" פעסטונג אויף דרוהביטש גאס אין קרית יואל האט זיך שוין אנגעהויבן נישט לאנג צוריק, אויפצובויען א מאסיווע געביידע פון אריבער 190,000 סקווער-פיס מיט קרוב צו 80 קלאסן צו אקאמאדירן אלע טויזנטער תלמידות פון העכערע עלעמענטרי קלאסן.


דאס קומט נאך א רייע אסטראנאמישער נדבות וואס הנגיד ר' עקיבא הערש האט זיך געלאזט קאסטן אין די לעצטערע יאהרן פארן סאטמארע אימפעריע: 8 מיליאן דאלער פאר בנין הת"ת "בנין קליין" וואס איז אין די טעג באנייט געווארן. 20 מיליאן דאלער פארן ביהמ"ד הגדול אין שכונת ויואל משה "בנין קליין". אין 10 מיליאן דאלער פאר'ן ביהמ"ד אין עיקערס ענקלעיוו "בנין קליין".

bottom of page