שבת לה': הרה"צ ר' אהרן מענדל טווערסקי שליט"א וועט אפרעכטן געהויבענעם שבת פ' שופטים אין נייעם "קרית סקווירא"
- לפני 44 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' עקב • ט"ז אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גייסטרייכע געמיטער גרייטן זיך די צענדליגער גליקליכע תושבים אין די נייע אויפבליענדע קריה נאמנה "קרית סקווירא" אין בעטעל ניו יארק, מקבל פנים צו זיין אויף דעם קומענדיגן שב"ק פר' שופטים דעם אורח הדגול, הרה"צ ר' אהרן מענדל טווערסקי שליט"א בנו הגדול פונעם מייסד העיר כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וועלכער קומט צו פארן בשליחות קדשו פון מר אביו מאציל זיין מהודו און משפיע זיין בקרב העיר.
דער חשוב'ער גאסט וועט צום ערשטן מאל זינט התייסדות הקרי' באשיינען א שבת בתוככי העיר, אין די תקופת השנה ווען עס ווערט אפגעצייכנט א יאר זינט די אומפארגעסליכע היסטארישע "שבת חנוכת הבית" וואס מ'האט זוכה געווען מיטצולעבן פאריאר פר' ראה תשפ"ה, ווען דער רבי שליט"א האט מחנך געווען דאס נייע הייליגע שטעטל מיט א שבת קודש לה' אינאיינעם מיט די נדיבים בעם און ערשטע תושבים.
קורצליך דערויף האבן זיך אנגעהויבן אריינציען די נייע תושבים, און די הערצער פון חסידי סקווירא אומעטום וואקסן פאר פרייד מיטלעבנדיג די נאכאנאנדע בלי און וואוקס, ווען עס האלט שוין יעצט ביי 40 תושבי העיר, און כסדר ציען זיך אריין נאך און נאך משפחות.
הרה"צ ר' אהרן מענדל שליט"א וועט אפרעכטן דעם שבת אויף א גאר געהויבענעם פארנעם מבואו ועד צאתו, און גלייכצייטיג אויסנוצן די געלעגנהייט צו באזוכן די מבצרי המוסדות והחינוך און אריינבלאזן חיזוק און עידוד ביי אלע תושבי העיר וואס רישן זיך מיט רגשי אורה מיטצולעבן דעם גייסטרייכן באזוך.

