top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לעצטע הכנות אין עיר העתיק קאלאמיא צום הילולא קדישא פון הרה״ק רבי הילל קאלאמייער זי״ע דעם דאנערשטאג 'י' אייר'

מיטוואך פ' אחרי קדושים • ט' אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

לקראת יומא דהילולא קדישא פון הרה״ק רבי הילל קאלאמייער זי״ע וואס געפאלט אויס דעם דאנערשטאג אחרי קדושים י' אייר וועלן ווי יאר יערליך אנקומען צום שטאט קאלאמיא אין אוקרינא המוני חסידים ואנשי מעשה בכלל און פילע אידן הדבוקים באור תורתו הבהיר וואס איז כידוע א מקור מים חיים אין אלע ענינים.


היי יאר וועט דער צענטראלער סעודת הילולא קדישא פארקומען בליל ההילולא מיטוואך נאכט אינעם גרויסן שאטער וואס איז געווארן אויפגעשטעלט אינעם חצר פון בנין הכנסת אורחים שע״י וועד נחלת צדיקים וואס פיגורירט משך דעם גאנצן יאר על משמר קדושת הצדיקים שוכני עפר אינעם הייליגן שטאט קאלאמיא.


מיט די משא הילולא וועט אויפטרעטן הגה״צ רבי שמואל לוי וויינבערגער שליט״א אב״ד קאלאמיא וועלכער שטייט בראש די ארגון וועד נחלת צדיקים קאלאמיא מיט אירע עסקנים חשובים וועלכער זענען פארנומען רונדע דעם זייגער אהערצושטעלן אלע צרכי ציבור אין די טעג ארום די הילולא קדישא עילאי האבן שוין אין די לעצטע תקופה ארויסגעדינגען עטליכע באקוועמע האטעלן צו איינקווארטירן די פולע געסט משתתחי ציון המצוינת פון האי צדיק ופועל ישועות באגלייט מיט פילצאליגע באדערפענישן און איינריכטונגען לבל יחסר המזג בגשמיות וברוחניות.


דאס יאר וועט אויפטרעטן אלץ נואם הכבוד הגאון הצדיק המפורסם רבי יעקב משה לעבאוויטש שליט״א ראש ישיבת בית הילל וועלכער נעמט אונטער א גרויסער נסיעה לקדושים אשר בארץ המה לרגל האי יומא רבא י' אייר אינאיינעם מיט צענדליגער אינגעלייט מתלמידיו הנאמנים וועלכע זענען געוואקסן לאור תורתו פונעם הייליגן בעל הילולא נאך וואס דער ישיבה איז נקראת על שמו הק' און די רב שליט"א איז אליינס א מחבר פירוש אויפן הייליגן ספר משכיל אל דל.


א באזונדערע רגש קודש נעמט ארום די פוקדי חלקת מחוקק ספון ווען בשעה טובה ומוצלחת נאך ווען מען האט מיט גרויס מיה און פלאג פאריאר ארום די טעג פון די הילולא גומר געווען די מקח אויף די דריטע חלק פון דעם בנין הכנסת אורחים סמוך ונראה צום בית החיים, ווערט אצינד א יאר דערויף היינטיגען דינסטאג אפגעראכטען דער מעמד הכשרת המקוה אויפן מקוה המהודרת בפיקוח הגה״צ אב״ד קאלאמיא שליט״א נשיא וועד נחלת צדיקים אינעם נייעם חלק בנין הכנסת אורחים לרחבת הציבור סיי בימי הילולא אין ביי אידן וואס קומען במשך דעם גאנצן יאר פוקד זיין ציון קדשו זיך צו קענען מטהר זיין אינעם מקוה מפוארה בעת מען דערכאפט זיך דאס הארץ פונעם טלטול הדרך.


באזונדער וועט פארקומען דער געהויבענער תפלת שחרית ביומא דהילולא רבא אינעם בית הכנסת ירושלים און אט דער הייליגער פלאץ וואס דער בעל הילולא האט אפגעראכטן עבודתו בקודש ולמעלה בקודש דער הייליגער בעל שם הקדוש מיט די חבריא קדישא וואס כידוע איז דארט די וויגעלע פון התייסדות דרך החסידות דער שטאט ווי עס געווען לידתו בקדושה פונעם אור שבעת הימים מרן הבעשטה"ק זי"ע און טראגט מיט זיך נאסטאלגיע מיט קדושה והתרוממות ואל מקומו שואף זורח.


תיכף נאך שחרית וועט מען ארויפגיין ברוב עם צום אהל הק' באתרא קדישא דמר לשפוך שיח ולעמוד בתפלה למען הכלל והפרט ובעד צרכי בית ישראל המרובים און עס איז נודע בשערים וואס דער הייליגער רבי הילל קאלאמייער האט זיך אויסגעדרוקט ״איך מוז פועל'ן ישועות פאר אידישע קינדער כדי מען זאל אויסהערן מיינע דברי מוסר״ אזוי אויך איז דאס פלאץ שטארק מסוגל לתשובה שלימה ולזרע קודש כידוע.


צו שיקן א קוויטל פארבינדט אייך מיט וועד נחלת צדיקים 24 שעה אין טאג אויף 718.305.7347 און פועל'ט אלעס גוטס.








































bottom of page