קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
- Bechatzros admin
- לפני 3 ימים
- זמן קריאה 8 דקות

דאנערשטאג פ' וישב • כ''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש
שיין בילד פון האדמו"ר מהרי"ד מלעלוב ביים אנצינדן א ציגאר פארן פלאמעניק האדמו"ר מלעלוב בעת די חתונה פון אן אייניקל די וואך.

הרב חיים שלמה פישער משמש בקודש ואיש אמונו פון האדמו"ר מסאטמאר טרעט אויף ביי א פריוואטער מסיבת שבע ברכות לרגל די חתונה פונעם ערשטן אור אייניקל ביים רבי'ן, אן אייניקל ביי בנו הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א.
העסקן בנש"ק הרב עזרא פריעדלענדער הי"ו איז מעורר רחמים ביים ציון הק' פון צדיקי בית ליסקא אין אונגארן.
חותן המלכים: הגה"צ אבד"ק ראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א ווערט געזעהן ביים סעודת הילולא פון אביו הרה"ק רבי יוחנן מראחמיסטריווקא זצ"ל ארומגענומען מיט זיינע קינדער האדמור"ים, פון רעכטס צו לינקס: בנו הגדול האדמו"ר מתולדות מרדכי וויזניץ, חתנו הגדול האדמו"ר מוויזניץ בארא פארק, חתנו האדמו"ר מראחמיסטריווקא וויליאמסבורג, און חתנו האדמו"ר מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי. (בילד קרעדיט: JDN)

שיינעם ריקוד ביים היסטארישן סאטמארער חתונה פאריגע וואך דורך הרבנים הגאונים הצדיקים בני וחתני האדמו"ר מסאטמאר.

הרב משה יוסף צימעט הי"ו משב"ק האדמו"ר מתולדות אהרן בסוד שיח מיט האדמו"ר מוויזניץ ירושלים אויפן פליגער קיין ארץ ישראל די וואך.

האדמו"ר מראחוב ליינט א קוויטל פון בנו האדמו"ר ממעזיבוז בעת דער עלייה לציון הק' פון אביו כ"ק אדמו"ר מראחוב זצ"ל בעצם יומא דהילולא.

תורה בקרן זויות: "קרישקעס" באמערקט הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א ביי די חתונה פון בן גיסו הרה"ג ר' זלמן לייב מייזעלס שליט"א מראשי כוללי סאטמאר, ווי דער רב זיצט אין א ווינקל שקוע אין זיינע שיעורים.

די דברי כיבושין פון האדמו"ר מסאדיגורא ירושלים ביים באגלייטן די פארברענטע ספרי קודש נאכן שריפה אינעם קלויז אין שטאט סאדיגורא אין אוקריינא, ארויסברענגענדיג ווי מ'האט געהאט ווידער צו קאסטן פונעם 'הלכה בידוע עשיו שונא ליעקב", פון די אנטיסעמיטישע גייסט אין אייראפע וואס האט זיך ליידער נאך אלץ נישט אפגעשטילט.
הגאון רבי יצחק זילברשטיין שליט"א רב רמת אלחנן אויף א באזוך די וואך אין עיה"ק ירושלים בבית גיסו הגאון רבי בנימין אלישיב שליט"א בעמח"ס יד בנימין.

האדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג ביים צוזאמלייגן דעם טלית מוצאי שבת וואו דער מנהג המסוגל לשלום בית.
כיצד מרקדין: הרה"צ רבי נחמן בידערמאן שליט"א אין א לעבעדיגע טאנץ בשמחת חתן ביים לעלובער חתונה די וואך אין שטאט ביתר.
הגאון רבי שלום בער סורוצקין ראש ישיבת עטרת שלמה אין א באגעגעניש מיט הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א מרבני קהילת סאטמאר וויליאמסבורג ביי א שמחה די וואך אין ניו יארק.

וצהלתו בפניו: האדמו"ר ממאחנובקא בעלזא איז מעודד די ריקודין בשעת די שמחת החתונה פון א אייניקל די וואך.

די געהויבענע מצוה טאנץ פון הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א ביים גרויסן חתונה אין די גיגאנטישער "גרינהאוז קאמפלעקס".
האדמו"ר מפינסק קארלין איז מתפלל קעגן דעם בית החיים העתיק אין טבריה, מקום מנוחתו כבוד פון הרה"ק רבי יוחנן מקארלין סטאלין זי"ע אין טאג פונעם הילולא כ"א כסלו.

באזוך די וואך פון הרבני הנגיד הרה"ח ר' יואל לאנדא הי"ו אינעם בנין התלמוד תורה החדש "בנין ווערצבערגער" ד'סאטמאר מאנסי אינאיינעם מיט גאב"ד סאטמאר מאנסי די הנהלת המוסדות.

האדמו"ר מבישטינא אין א טאנץ מיט האדמו"ר מאפעלע ביים י"ט כסלו התוועדות, בלויז עטליכע טעג פריער האבן זיך די צוויי אדמור"ים המקושרים לתורת חב"ד משדך געווען אינאיינעם בשעה טובה ומוצלחת.

הונדערטער חסידי קארלין סטאלין באלאגערן דעם אלטן בית החיים אין טבריה ביים עלייה לציון פון האדמו"ר מקארלין סטאלין לכבוד די יארצייט פון זקינו הרה"ק רבי יוחנן מקארלין סטאלין זי"ע.
טויזנטער תושבי לאנדאן אויף די גאסן פון די לאנדאן סיטי ביים עצרת מחאה אדירה פארנט פונעם ציוניסטישן קאנסולאט מוחה צו זיין קעגן דעם גזירת הגיוס.
המשפיע הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א האלט צוויי פילע זעק מיט בריוו, וואס ער האט ערהאלטן אין לויף פון די לעצטע יארן און פארגעליינט טייל פון די בריוון פון צובראכענע נשמות ווי זיי באקלאגן זיך ווי די טריפה'נע כלים האבן זיי אריינגעפירט צום שאול תחתית.

די וואך האט דער הויפט רב פון רוסלאנד הגאון ר' בערל לאזאר שליט"א אפגעשיקט א בריוו צום מדינת ישראל זיכערהייט מיניסטער אין ליכט פון די ארעסט פון א רוסישער בחור מיט מדינת ישראל בירגערשאפט וואס האט געלערנט אין ישיבה אין מאסקעווע און איז ביים צוריקקומען קיין ארץ ישראל געווארן ארעסטירט צוליב זיך נישט שטעלן אין מיליטער. דער רב שרייבט אז אפילו אין רוסלאנד אין די קאמוניסטישע צייטן איז מען זיך נישט באגאנגען מיט אזא רשעות אין ארעסטירט בחורים פארן בלויזן זינד פון לערנען תורה.

די אויסנאם לאנגשטרעקיגע מצוה טאנץ גארטל ווערט אויסגעלייגט לענגאויס דער גיגאנטישער "גרינהאוז קאמפלעקס" איידער די מצוה טאנץ פון האדמו"ר מסאטמאר ביים חתונה הגדולה פאריגע וואך.
הנגיד החסיד ר' נחום זלמן רוקח הי"ו פון לעיקוואד ביים ערהאלטן ברכת קדשו פון האדמו"ר מסאטמאר בעת א מסיבת לחיים בביתו נאווה קודש אין וויליאמסבורג, ביום החתונה פונעם ערשטן אור אייניקל פארלאפענעם דאנערשטאג.

העסקן ר' מאטי בבציק הי"ו מנאמני בית האדמו"ר מגור און הרב חיים אהרן קויפמאן יושב ראש ועד הישיבות דיסקוסירן דעם ברענעדיגן נושא פון גיוס בני הישיבות, נאכן שבע ברכות פאריגע וואך בשמחת בית גור.

הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח מבעלזא ביים תפילין לייגן פאר הבחור הבר מצוה אייניקל פון האדמו"ר משאץ מאנטריאל און הגה"צ אב"ד נאסויד אנטווערפן שליט"א.

הרה"ח הישיש ר' לייבל סטעמפל הי"ו מזקני חסידי באבוב אין לאנדאן באשיינט ביים מעמד הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד הגדול סאטמאר לאנדאן, נדבת לבו פון הנגיד ר' בעריש בערגער הי"ו ראה"ק סאטמאר לאנדאן.

דעם נייעם וואונדערליכן ספר "אמירה נעימה", די דרשות ודברי תורה פון הגה"צ אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א וואס איז ארויסגעגעבן געווארן דורך תלמידיו הנאמנים לכבוד די גרויסער סאטמארער חתונה, אויסגעלייגט צו באקומען ביים סעדות החתונה פארלאפענעם וואך.

ספעציעלע מאשינקעלעך וואס האבן איבערגעזעצט דעם דרשה פון המשפיע הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ביים גרויסן אסיפת הצלה אויף לשון הקודש, ענגליש און נאך שפראכן פאר די וואס פאס פארשטייען נישט קיין אידיש.

ביי א באגעגעניש דעם מוצאי שבת אין לעיקוואד צווישן האדמו"ר מסאדיגורא און הגאון רבי ירוחם אולשין ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה דלעיקוואד האט דער ראש הישיבה געשאנקן פארן רבי'ן איינע פון זיינע ספרים און אריינגעשריבן א הקדשה בכתב ידו.

אין ביהמ"ד הגדול צאנז קלויזענבורג אין בארא פארק מערקט "קרישקעס" הרה"צ ר' דוד ראזנבוים שליט"א בנו הגדול פון האדמו"ר מפרעמישלאן שקוע אין לערנען מיט זיין זון הרב חיים ראזנבוים נכדו חביבו ונאמן ביתו פון האדמו"ר מוויזניץ.

די תחנה פון "תורה הקדושה התחנני בבקשה" וואס האדמו"ר מבאיאן האט געהייסן זאגן אין אלע בתי מדרשים און מוסדות התורה דחסידי באיאן אינעם עת רצון בשעת פתיחת הארון פארלאפענעם דאנערשטאג, איינצורייסן בכח תפלת רבים פאר'ן ביטול רוע הגזירה.

דער מייסטער אראנזשירער ר' ארי פרענקל הי"ו ביים קאארדינירן די גרויסארטיגע סאטמארער חתונה פאריגע וואך.

צווישן די טויזנטער משתתפים ביים גרויסן "אסיפת הצלה" מערקט קרישקעס דער געוועזענער מעיאר פון אלעד הרב ישראל פרוש הי"ו, וואס האט זוכה געווען מקדש צו זיין שם שמים ברבים זייענדיג אין אמט אלס ראש עיר מיט בלויז א כשרע טעלעפאן, אן קיין אינטערנעט פארבינדונג.

מעיאר ערוועלט מאמדאני ערשיינט צום מעמד הודאה לרגל כ"א כסלו בחצר הקודש סאטמאר אין וויליאמסבורג, באגלייט דורך העסקן ר' נפתלי משה אינדיג הי"ו.
האדמו"ר ממחנובקא בעלזא איז זיך משתתף ביים שמחת החתונה פון א אייניקל ביי המקובל הגה"צ רבי דוד בצרי שליט"א אין בני ברק.

האדמו"ר ממונקאטש ביים שענקן א מתנה פאר נכדו חביבו הרב דוד הורוויץ שליט"א מחשובי הלומדים אין די וויענער כולל אין בארא פארק, ביים מעמד יוקרא דאורייתא וואס די אפגעהאלטן געווארן דורך די כולל, וואו דעם רבינס אנדערע אייניקל הרה"ג ר' יהושע כץ שליט"א דינט אלס ראש הכולל.

הגה"צ אבד"ק מראה יחזקאל שליט"א באזוכט ביים פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, זייענדיג צוגאסט אין ארה"ק לכבוד די יארצייט פון אמו הרבנית מקארלסבורג ע''ה.

וישא אהרן את ידו על העם ויברכם: סאטמארער חסידים זקנים עם נערים גייען אריבער כבני מרון, ביי האדמו"ר מסאטמאר געבענטשט צו ווערן מיט ברכות טהורות בעידן חדוותא ביום החופה פונעם ערשטן אור אייניקל.

טרעפליכע דברי הדרכה בעניני שלום בית בדרך בדיחתא פון האדמו"ר מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי פאר א חתן די וואך.
לעצטע מוזיק פרעקטיס דורכן בעל מנגן בנש"ק ר' מאיר אדלער הי"ו און די משוררי בית סאטמאר איידער די גראנדיעזער מעמד הודאה לרגל כ"א כסלו.
די ברידער הרבנים הגאונים הצדיקים בני האדמו"ר מסקווירא ווערן געזען אינאיינעם זיך פרייען ביי די לעצטע שבע ברכות בשמחת בית סקווירא.

הגה"צ רבי מתתי' דייטש גאב"ד רמת שלמה באזוכט ביי האדמו"ר מסאטמאר, נאכן אנקומען קיין ניו יארק אויפצוטרעטן אלס נואם הכבוד ביים גרויסארטיגן מעמד הודאה לרגל כ"א כסלו בחצר הקודש סאטמאר.

האדמו"ר מבישטינא ביי א שבע ברכות די וואך בבית מקורבו הנגיד ר' שלמה פישער הי"ו אין בני ברק פארגעקומען ליל י"ט כסליו - חג הגאולה.
הרה"צ רב יצחק טווערסקי שליט"א בן האדמו"ר מסקווירא באזוכט אין שטוב פון הנגיד ר' שלמה בריזל אין גבעת זאב נאכן זיך משתתף זיין ביים חתונה בחצה"ק קארלין סטאלין, אין א שמועס מיטן שריפטשטעלער און מחבר ספרים הרב טוביה פריינד הי"ו.

הרה"צ ר' יוסף דוד שנעעבאלג שליט"א אבד"ק שער התפילה, זון פון האדמו"ר מטשערנאוויץ אין א ריקוד נלהב ביי די חתונה פון בנו החתן די וואך ארומגענומען מיט תלמידיו ומעריציו.
הגה"צ רבי יחזקאל ליפשיץ שליט"א דומ"ץ באבוב לינדען באזוכט ביי האדמו"ר מקאסאן מייסד העיר, לרגל זיין התמנות אלס דיין אין די באבובער קהילה אין שטאט.

הרה"ג ר' דוד שאפער שליט"א ראש ישיבת אורייתא אויף א באזוך די וואך ביי האדמו"ר מביאלא.

שיין בילד פון המשפיע הרה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א אין די לופטן בשעתן פארזאגן קבלת עול מלכות שמים נאכן גרויסארטיגן "אסיפת הצלה" דעם מוצאי שבת אין בני ברק.

מודעה אין היכל ישיבת ביה"ד גבוה דלעיקוואד איבער א שיעור איבערגעגעבן דורך הגאון ר' שמואל מרקוביץ שליט"א מראשי ישיבת פונוביז אין די סוגיא פןן ערעור הבעל.

הרה"ח ר' אהרן הערשלער הי"ו מחשובי חסידי אלכסנדר אין א ריקוד נלהב ביים מעמד "בית חיינו" אין לאנדאן לטובת דער אויפבוי פונעם ביהמ"ד הגדול והחדש אלכסנדר אין בני ברק, נאכן דערגרייכן דעם אסטראנאמישער ציפער פון צוויי מיליאן פונט, וואס די חסידים האבן זיך אונטערגענומען לטובת דעם מולטי מיליאן דאללער'דיגע פראיעקט.
נאסטאלגיע: פריש אנטדעקטע בילד פונעם משגיח הגה"צ רבי משה וואלפסאן זצ"ל אבד"ק אמונת ישראל אינאיינעם מיט חתנו חביבו כ"ק אדמו"ר מתולדות יהודה שליט"א אויף א באזוך ביים מקום המסוגל משכן שילה אין יאר תשנ"ז.

ביי די וועכענטליכע אבות ובנים אין ביהמ"ד זוועהיל מאנסי, מערקט "קרישקעס" ר' יוחי פליישמאן הי"ו פון וויי עף פראדאקשן ביים לערנען פלייסיג מיט זיין יונגעלע ני"ו.

האדמו"ר מהארדענקא ביים ערהאלטן א מכתב ברכה וואס איז געשיקט געווארן דורכן פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א לכבוד די חתונה פון א אייניקל ביים רבי'ן, איבערגעגעבן געווארן בשליחותו דורך די אייניקלעך נאמני ביתו אין שפיץ פון נכדו חביבו הרב יוסף דוד שעכטער.

מרן פוסק הדור הגר"מ שטרנבוך שליט"א פארטיילט קריגלעך שמן זית פאר תלמידי ישיבת תורה ואמונה אונטער די פליגלען פון די בארימטער קירוב ארגאנזאציע 'צהר'.

די גאסן פון קרית וויזניץ רוישן מיט טויזנטער אידן וועלכע האבן געשטראמט פון אלע עקן לאנד צום יערליכן מעמד "אסיפת הצלה", בראשות הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א.

העסקן הרב חיים מאיר מארקאוויטש הי"ו אינאיינעם מיט בנו הילד נעמען שלום פונעם ראש הישיבה הגאון רבי משה הלל הירש שליט"א אינעם קענעדי לופטפעלד זייענדיג אונטערוועגנס אהיים קיין ארץ ישראל נאכן לענגערע ביקור חיזוק אין אמעריקא.

די הערליכע "זמירות דברי יואל" וואס די יתומים משתתפי השבע ברכות בשמחת בית סאטמאר האבן ערהאלטן אלס א מתנה פון האדמו"ר מסאטמאר, מיט א פערזענליכע הקדשה בכתב יד קדשו.

די טייערע אויסשטעלונג פון וויין און בראנפן וואס הנהלת "היכל הוראה" האט צוגעשטעלט ביי די חתונה די וואך בבית הגה"צ רבי משה בראנדסדארפער גאב"ד היכל הוראה.
הרה"ח ר' אייזיק דאסקאל הי"ו מראשי העסקנים בחצר הקודש סאטמאר איז מזכיר זיין פאטער לרפו"ש ביי מורו ורבו האדמו"ר מסאטמאר, נאכדעם וואס ער האט געליטן אן ערנסטע סטראוק בשעתן מעמד הודאה לרגל כ"א כסלו אינעם קראונהייטס ארמארי, און בחסדי שמים געראטוועט געווארן בעוד מועד.
רבני ועד הכשרות ד'קרית יואל אין שפיץ פון הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א ווערן אויפגענומען אין די לשכת ועד הכשרות פון די עדה החרדית אין ירושלים.

צווישן די טויזנטער באטייליגטע ביים גרויסן סאטמארער חתונה מערקט "קרישקעס" הרבני הנגיד ר' חיים לעווי הי"ו פון וויען לאנגיעריגער מקורב ביי הגה"צ אבד"' ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א.

געמיינזאמע אסיפה דורך די ראשי הקהילה און עסקנים פון ביידע סאטמארער קהילות אין שטאט לאנדאן אין בעפארברייטונג צום עצרת מחאה אדירה היינטיגן דאנערשטאג פארנט פונעם מדינת ישראל קאנסולאט אין די לאנדאן סיטי

הרה"צ ר' יצחק טווערסקי שליט"א בן האדמו"ר מסקווירא באזוכט ביי זיין פעטער האדמו"ר מוויזניץ זייענדיג צוגאסט אין ארץ ישראל די וואך.

הנגיד הרב חיים דוד גרוסמאן מנכ"ל מוסדות פינסק קארלין ערהאלט א תעודת הוקרה ביים מעמד כבוד התורה אין די ישיבה הקדושה פינסק קארלין אלס אנערקענונג פאר זיין איבערגעגעבנקייט פאר די מוסדות.

האדמור"ים מוויזניץ ירושלים און שומרי אמונים ביי תפילת מעריב אינעם טערמינאל פון די קענעדי לופטפעלד איידערן אפרייזן קיין ארץ ישראל.

הרב יעקב וואלצער מזכיר מועצת גדולי התורה טרעט אויף ביים מעמד החומש סעודה אין תלמוד תורה סערט וויזניץ אין בני ברק זייענדיג א צופרידענע זיידע פאר איינע פון די חתני המקרא.

הרבנים הגאונים קינדער פונעם זקן ראשי הישיבות הגאון האדיר רבי אליקים שלעזינגער ראש ישיבת הרמה באטייליגן זיך ביים עצרת מחאה רבתי היינטיגן דאנערשטאג פארנט פונעם מדינת ישראל קאנסולאט אין לאנדאן.

האדמו"ר מסאטמאר באגריסט מעיאר ערוועלט מאמדאני ביים מעמד הודאה לרגל כ"א כסלו בחצר הקודש סאטמאר אין די קראונהייטס ארמארי.








תגובות