תורה חגרי שק: הגאון הגדול רבי ברוך שמואל הכהן דויטש זצ"ל נפטר געווארן נאך לאנג פארצויגענע מחלה
- sfbechatzros
- לפני 6 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' עקב • י"ז אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

א וואלקן פון טרויער און אבילות האט זיך אראפגעלאזט אויף די ליטווישער תורה וועלט, מיטן אנקום פון די שווערע בשורה איבער די פטירה פון דעם גרויסן גדול און מרביץ תורה לאלפים, גאון ישראל, ממעתיקי השמועה, גודר גדר ועומד בפרץ, הגאון האדיר, רבי ברוך שמואל הכהן דויטש זצ"ל, מראשי ישיבת קול תורה וממנהיגי הרוחני פון די "בני תורה" קרייזן, וועלכער איז נסתלק געווארן לגנזי מרומים אין עלטער פון 82 יאהר נאכ'ן ליידן פון א פארצויגענע מחלה מיט שווערע יסורים.
דער ראש ישיבה זצ"ל איז געוועהן א זוהן פון הגאון ר' בנימין זאב הכהן דויטש זצ"ל פון די נאנטע מקורבים ביים פאנאוויזשער רב זצ"ל, ער איז געוועהן א ברודער פונעם ראש הישיבה הגאון הגדול רבי אשר דויטש זצ"ל מראשי ישיבת פונוביז פון וועמענס פטירה מען שטייט נאך אינעם שנת האבל.
ער איז אויפגעוואקסן בין כותלי ישיבת פאנאוויטש, זייענדיג פארעכנט אלס א תלמיד מובהק פונעם ראש הישיבה הגאון האדיר רבי אלעזר מנחם מן שך זצ"ל בעל 'אבי עזרי' וועלכע האט זיך פארלאזט אויפן ראש הישיבה אין כמה וכמה עניני הכלל. אלס יונגערמאן האט ער מרביץ תורה געוועהן אין די בארימטער טשעבינער ישיבה זייענדיג גאר נאנט מיטן גאון וצדיק רבי אברהם גניחובסקי זצ"ל מראשי הישיבה. שפעטער איז ער אויפגענומען געווארן אלס מרביץ תורה אין ישיבת קול תורה וואו ער האט פארגעלערנט שיעורים און האט אין לויף פון גאנצע 40 יאהר זוכה געוועהן אויפצושטעלן טויזנטער תלמידים נאמנים.
ספעציעל אנבאלאנגט די תורה'דיגע השקפה אין ארה"ק איז ער געשטאנען פעלזן-פעסט קעגן די פגעי הזמן און די נסיונות התקופה. ער האט געקעמפט א פייערדיגע מלחמה קעגן דעם ביטערן גזירת הגיוס און דאס זעלבע מיט אלע אנדערע ביטערע גזירות נגד הדת איז ער צוגעשטאנען צו די מערכות הקודש נישט צו דערלאזן קיין שום פשרות און קיין שום טויש אינעם דרך המסורה לנו מדור דור.
דער ראש הישיבה זצ"ל האט מחבר געוועהן א סעריע פאפולארע ספרים ברכת כהן, על התורה און אויף מסכתות ערכין, חולין, כריתות, און שיעורים אויף מלאכות שבת.
מיט עטליכע יאהר צוריק איז דער ראש ישיבה ליידער געווארן נישט געזונט, ער האט זיך ליידער שווער געמוטשעט און טראץ זיינע יסורים האט ער זיך אנגעשטרענגט אנצוגיין מיט זיין סדר היום מרביץ צו תורה ויראה, מיט עטליכע וואכן צוריק האט זיך דער מצב פארערגערט ביז היינט נאכמיטאג ווען די ראש ישיבה איז נתבקש געווארן לישיבה של מעלה, למגינת לב תלמידיו וכל בית ישראל.