top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מצאנז באזוכט בקרב חסידיו אין בארא פארק | חלק א'

  • Bechatzros admin
  • לפני שעה
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' יתרו ט"ו שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין


דעם דאנערשטאג נאכמיטאג נאך וואס כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א האט זיך אויפגעהאלטן אין מאנהעטן לצרכי רפואה צוליב געזונטהייט אנגעלעגנהייטן וואס דער רבי ליידט אויף די אויגן, האט דער רבי שליט"א געדאוונט מנחה, קריאת ויחל, און סליחות וואו דער מנהג יעדן דאנערשטאג פון שובבים, אין ביהמ"ד הגדול קאסוב אין בארא פארק וואס איז ספעציעל ארויסגענומען געווארן צו קענען אקאמאדירן דעם גרויסן ציבור חסידים פון בארא פארק ומחוצה לה וואס האבן מיטגעהאלטן די סליחות בצל הקודש. עס נאכגעפאלגט מיט א מעמד לחיים לכל קהלא קדישא הדין, אינאיינעם מיטן מעמד קבלת פנים דורך די צאנזער קהילה אין בארא פארק, ביי וועלכן עס האבן זיך משתתף געווען דער מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א, דעם רבינס שוואגער כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל שליט"א און נאך רבנים חשובים פון שטאט.


עס האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה הרה"ג ר' שלמה לייזער דומ"ץ צאנז אין בארא פארק וועלכער האט בדברים נחמדים מקבל געווען פני קדשו פון רבי'ן און ארויסגעברענגט די רגשי הלב ביים גאנצן ציבור בזמן שהצדיק בעיר.


דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען לענגערע דברות קודש וואו דער רבי האט מאריך געווען בדרוש אגדה, מוסר והדרכה אין פארשידענע ענינים. אין זיינע ווערטער האט דער רבי שליט"א מעלה געווען זכרון קדוש פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל, וואס זיין הסתלקות בדמי ימיו איז געווען אן אבידה פארן גאנצן כלל.


נאכן מעמד האט דער רבי שליט"א זיך געזעגענט מיטן קאסובער רבין, און די שוואגערס האדמו"ר מצאנז זוועהיל, הגה"צ ר' מאיר מרדכי אונסדארפער שליט"א אב"ד אמרי יהודה ברעזאן, און הגה"צ ר' ישראל אונסדארפער שליט"א. שפעטער ביינאכט האט דער רבי פארלאזט בארא פארק צום ארמון האטעל אין קאנעקטיקוט, וואו עס איז געפראוועט געווארן די גרויסער שבת התכנסות אינאיינעם מיט די הונדערטער חסידים תומכי קהילות ומוסדות צאנז אין אמעריקע.



תגובות


bottom of page