הרה"צ ר' יוסף אונגער שליט"א בן האד' מבאבוב-45 באזוכט אין לאנדאן; שיינעם מעמד יציקת היסודות פארן ביהמ"ד החדש
- Bechatzros admin
- לפני 4 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
פרייטאג פ' דברים • ז' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

א שיינעם מעמד יציקת היסודות איז אפגעהאלטן פארלאפענעם דאנערשטאג בעיר הבירה לאנדאן ווי עס איז געגאסן געווארן די יסודות פאר די נייע פראכטפולע ביהמ"ד הגדול והחדש דחסידי באבוב 45 וואס איז הולך ונבנה און אנטשפרעכט צו זיין א מגדל עוז לתורה ועבודה.
די מעמד איז פארגעקומען אין שפיץ פונעם אורח הדגול הרה"צ רבי יוסף אונגער שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א וואס איז אנגעקומען אויף א באזוך אין שטאט לכבוד די הילולא קדישא פון זקינו הרה"ק רבי שלמה מבאבוב זי"ע מיט די חסידים תושבי העיר.
די געהויבענע גאסט האט געגאסן די יסודות פאר די נייע בנין און דערנאך מכבד געוועהן די ראשי הקהל און נכבדי הקהילה, און משמיע געווען א לענגערע דרוש בדברי תורה והתעוררות פאר די ארטיגע חסידים.
אויפדערנאכט האט הרה"צ ר' יוסף שליט"א באזוכט אין היכל הישיבה קטנה באבוב 45 ווי אחיו הצעיר הרה"צ רבי שלום אונגער שליט"א דינט אלס ראש ישיבה, ווי ער האט משמיע געווען א שיחת חיזוק פאר די בחורים, און די בחורים זענען דורך שלום נעמען.
שבת איז געפראוועט געווארן אויף גאר א געהויבענעם פארנעם, פרייטאג צונאכטס האט דער גאסט געפראוועט די סעודה אינאיינעם מיט די בחורי חמד תושבי העיר, נאכגעפאלגט מיט א שבת אחים פאר אלע בני הקהילה, דורכאויס שבת האט ער געדאוונט אלע תפילות פארן עמוד לכבוד די יארצייט, און מעלה געווען זכרונות און עובדות פונעם גרויסן זיידן דער בעל הילולא ביי וועם ער האט פארמאגט א גאר נאנטע קשר.
סונטאג האט די גאסט באזוכט אין די ארטיגע תלמוד תורה דחסידי באבוב 45 און באלד דערנאך זיך צוריקגעקערט אהיים קיין ניו יארק.



















