top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי וויז'ניץ אין עפולה אונטער רישומא דקדושה נאך הערליכע באזוך פון וויז'ניצער רבי | רייכע דעקונג

דינסטאג פ' במדבר - כ"ה אייר תשפ"ג | קול בחצרות

קרדיט: מלכות ויזניץ בטלגרם



הונדערטער חסידי ויזניץ אין שטאט עפולה זענען נאך אונטערן טיפן רושם פון די גייסטרייכע ביקור קודש פון רבם ומאורם מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען נעכטן מאנטאג בשערי העיר אויף א ביקור חיזוק בקרב די בני הקהילה, לרגל די יומא דהילולא קדישא פון זקינו הרה"ק בעל תורת חיים מקאסוב זי"ע.


די וויזניצע קהילה אין עפולה גייט שוין בליעה"ר א שיינע פאר יאר און עס טוט בליען און וואקסן אויף א מוצלח'דיגע פארנעם, זייענדיג די היים פאר הונדערטער וויזניצע אינגעלייט מסלתה ומשמנה פון די קהילה, אצינד האט דער רבי אויסגעדרוקט רצון קדשו צו קומען אויף א באזוך בקרב חסידיו אין שטאט, און מאציל זיין מהודו אויף קהל עדת צאן מרעיתו.


אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי אנגעקומען בשערי העיר, און צוערשט צוגעפארן צו עטליכע שטיבער אויף קביעות מזוזות בבתי נגידים ותומכים, די וואס האבן שטארק צוגעהאלפן די בליה און וואוקס פונעם ישוב אין עפולה.


ביים זמן מעריב איז דער רבי ערשינען אין א גרויסע זאל אין שטאט, וואו עס זענען געווען פארזאמלט די הונדערטער תושבי העיר זקנים עם נערים, אלע מלובש בבגדי שבת לכבודו פונעם חשובן גאסט דער רבי שליט"א. דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד אויף תפילת מעריב לרגל די הילולא קדישא פון זקינו דער הייליגער תורת חיים, און דערנאך געציילט ספירה בקול חוצב להבות אש.


נאך מעריב האט דער רבי זיך געוואשן צום יארצייט טיש ברוב עם הדרת מלך, עס איז געווען צוגעגרייט א ברייטע סעודה פאר כל הקהל הקודש לרגל די הילולא קדישא, און פאר לענגערע שעה'ן האט דער רבי פארברענגט מיט חסידיו ומעריציו תושבי העיר.


ביים טיש האט זיך אנגעזעהן די חשובע רבנים און דיינים פון שטאט, דער רבי האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש, און דערנאך מכבד געווען דער רב פון די קהילה הרה"ג ר' מנחם מענדיל טאבאק שליט"א צו רעדן א דרשה לכבוד המאורע.


דער רבי האט מכבד געווען בנו הרה"ג ר' יצחק ישעי' שליט"א אב"ד ויזניץ אשדוד פארצוזינגען יזכור אהבתם, און מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דער רב פון די קהילה הרה"ג ר' מנחם מענדיל טאבאק שליט"א.


ביים סוף טיש זענען אלע ילדי חמד אריבער ביים רבי'ן שלום נעמען און מקבל זיין ברכות הקודש, דערנאך זענען אלע אינגעלייט אריבער שלום נעמען, און דערנאך די אלע בחורים תלמידי הישיבות, וועלכע האבן ערהאלטן מידי קדשו פון רבי'ן פירות און תעודות פארן זיך מצטיין זיין אין די לימודים די לעצטע תקופה.


אזוי אויך האט דער רבי פארטיילט געבענטשטע קמיעות פאר די אינגעלייט תומכי איגוד מוסדות ויזניץ, וואס זענען אנגעשלאסן אלס שותפים אין די ממלכת התורה מדי שנה בשנה.


נאכן טיש איז דער רבי אריין אין א זייטיגע צימער, וואו עס זענען אנגעקומען די מעיאר פון שטאט און זיינע געהאלפן און אישי ציבור, דער רבי האט זיי ווארעם אנגעוואונטשן הצלחה און סייעתא דשמיא, און שפעט ביינאכט האט מען ארויסבאגלייט דעם רבי'ן אויפן וועג אהיים מלא וגדוש מיט השפעות טובות פון דעם געהויבענעם ביקור קודש.









Comments


bottom of page