בוא יבוא ברינה: הגה"צ אבד"ק אמונת ישראל שליט"א צוגאסט אויף קומענדיגן שב"ק פ' פנחס אין ירושלים
- Bechatzros admin
- לפני יומיים
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' בלק • י''ג תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

מיט גרויס התרגשות וחדוה עילאה האבן תלמידי וחברי קהלה קדושה 'אמונת ישראל' בארצנו הקדושה אויפגענומען די בשורה טובה ומרנינה, אז אויף דעם קומענדיגן שבת פרשת פנחס וועט מען האבן די זכי' מקבל פנים צו זיין דעם אורח הדגול הגה"צ אבד"ק אמונת ישראל שליט"א, נכדו וממלא מקומו פון הגה"צ המשגיח אבד"ק אמונת ישראל זצ"ל, וועלכער וועט אנקומען לשכון כבוד בעיר הקודש ירושלים אויף א קורצן באזוך פון עטליכע טעג.
דאס קומט נאכדעם וואס דער רב שליט"א האט אויסגעדריקט רצון קדשו צו קומען קיין ארץ ישראל וויילן אויף א שבת בצל קדשו פון אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מתולדות יהודה שליט"א, וועלכער וויילט יעדע יאר אויף די זומער חדשים אין ארץ ישראל בקרב בני קהלתו, און דערביי וועט דער רב אויך אויסנוצן די געלעגנהייט צו משפיע זיין מהודו אויף תלמידיו ומעריציו חברי קהל אמונת ישראל אין ירושלים עיה"ק, און צווישן אנדערע וועט פארקומען א מסיבה של מצוה לטובת די קופה פון קהל אמונת ישראל בארצנו הקדושה וואו דער רב וועט צוזאמנעמען נדבות לבם פונעם ציבור.
דער רב שליט"א וועט אי"ה אנקומען קיין ארץ ישראל דאנערשטאג נאכט, און צומארגנס פרייטאג וועט ער דאווענען שחרית אין ביהמ"ד אמונת ישראל אין ירושלים וואו עס וועט דערנאך פארקומען א מעמד קבלת פנים און מסיבת לחיים, דורכאויס שבת וועט דער רב ווי געזאגט וויילן בצל אביו הגדול האדמו"ר מתולדות יהודה שליט"א, און זונטאג אינדערפרי וועט דער רב דאווענען שחרית אין ביהמ"ד אמונת ישראל און דאן וועט פארקומען א מעמד צאתכם לשלו' איידער דער רב שליט"א קערט זיך אהיים קיין ניו יארק.