רפואה שלמה תרפאנו: אלפי חסידים און תושבי ביתר מיטגעהאלטן מעמד ההדלקה דורך האד' מתולדות אברהם יצחק
- לפני 40 דקות
- זמן קריאה 3 דקות
מיטוואך פ' בהר בחוקתי • י"ט אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
דעם מאנטאג ליל ל"ג בעומר האט דער עיר התורה והחסידות ביתר פושט צורה געווען, ביים מעמד ההדלקה רבתי וואס איז אפגעראכטן געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א אין צענטער פון שטאט, אויף די גיגאנטישער שטח נעבן די ישיבה הקדושה תולדות אברהם יצחק, וועלכע איז פארוואנדלט געווארן אין א מעין "מירון", און איז איינגערישט געווארן מיט הויך-שטאקיגע פארענטשעס ארום און ארום צו אקאמאדירן דעם ריזן ציבור תושבי העיר און די פילע חסידים און געסט וואס זענען געקומען צו פארן פון נאנט און ווייט.
בחסדי שמים איז די מעמד פארגעקומען ווי געפלאנט, טראץ דעם רבינ'ס שוואכן געזונט צושטאנד די לעצטע טעג וואס האט געשטעלט דעם גאנצן מעמד אין א ספק, נאך א לייכטע שינוי לטובה וואס האט ערמעגליגט דעם רבי'ן צו ערשיינען צום מעמד במלוא הדרו.
דער מעמד האט זיך אנגעהויבן מיט תפילת מעריב און ספירת העומר דורכ'ן רבי'ן ברוב עם הדרת מלך. דערנאך זענען פארגעקומען די מעמדי החאלאקע'ס פאר די צענדליגער ילדי החמד פאר א לענגערע וויילע, צווישן זיי עטליכע אייניקלעך פונעם רבי'ן, ווען ספעציעל האט ארויסגעשיינט די חאלאקע פונעם ערשטן "אור-אור-אייניקל", דור חמישי בליעה"ר ביים רבי'ן, אן אור אייניקל ביי זיין איידעם הגה"צ אבד"ק קאלוב שליט"א פון ביתר, א זון פון זיין אייניקל הרב ישעי' טייטלבוים שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מדעעש ירושלים שליט''א. עס האט זיך דערקענט א התרגשות אויפן רבינס געזיכט זעענדיג וואו דער גאלדענע קייט ציהט זיך ב''ה ווייטער, דער רבי האט אפגעשוירן דאס קינד און דערנאך מכבד געווען די חשובע זיידעס הרבנים.
דאן האט זיך אנגעהויבן דער צווייטער טייל פונעם מעמד מיט די ווארימע ניגוני הכנה און בקשת רחמים מיט א געוואלדיגע דביקות, אנגעפירט דורך די קאפעליע משוררים, אין שפיץ פונעם בעל מנגן ר' אהרעלע סאמעט, אינמיטן די ניגונים לכבוד התנא האלוקי, האט דער רבי האט געבעטן בנו חביבו הרה"צ רבי בעריש קאהן שליט"א אויסצורופן אז מען זאל וויסן און געדענקן אז "רבי שמעון בר יוחאי איז כולו רחמים", אריינבלאזנדיג א גייסט פון חיזוק און אמונה אין די הערצער פון די טויזנטער משתתפים.
נאכדעם וואס מען האט אויסגערופן די נעמען פון די נדיבים בעם וועלכע האבן בייגעשטייערט סכומים אדירים לזכות ההדלקה, האט דער רבי געגאסן שמן צום מדורה, און דאן געבעטן דעם מיקראפאן און מיט א קול געשטיקט פון טרערן ארויסגעברענגט די געוואלדיגע תשוקה פון אידישע קינדער צו קומען קיין מירון ביומא דהילולא. דער רבי האט מיט ווייטאג דערמאנט די רשעים וואס האלטן אפ אידן פון אנקומען צום ציון הקדוש, און גלייכצייטיג מחזק געווען דעם עולם אז "די הייליגע אור פון רבי שמעון בר יוחאי איז אומעטום, און דאס פייער קאכט איבעראל", וואונטשנדיג אז אידן זאלן פויעלן אלע ישועות, די רשעים זאלן נישט האבן קיין שום שליטה, און מען זאל קענען אנקומען קיין מירון גרינגערהייט.
מיט דעם הייליגן אויסגעווייקטן ניגון "ויהיו רחמיך" הייליגע רבי שמעון נפשי חולת אהבתיך, האט דער רבי אנגעצינדן די מדורה וואס האט אויפגעפלאקערט בשלהבת אש קודש.
טראץ וואס עס איז געווען גאר מערקבאר אז דער רבי איז שטארק אפגעשוואכט האט זיך דער רבי אנגעשטרענגט למעלה מכוחותיו און אנגעפירט די ריקודין מיט גרויס התלהבות. דער רבי האט זיך געווארפן מיט אויסטערלישע תנועות מרוב דביקות און התלהבות, בשעת די טויזנטער חסידים און תושבי העיר, עלטערן מיט די קינדער אויף די אקסלען טאנצן אין אן אמת'ע מירונ'ער אטמאספער.
א באזונדערע כבוד התורה האט צוגעגעבן די השתתפות פונעם מרא דאתרא הגאון רבי חיים ווייס שליט"א גאב"ד ביתר, וועלכער האט מבטל געווען זיין אייגענע באשטימטע הדלקה כדי זיך צו באטייליגן בראש הקהל ביים גרויסן מעמד ההדלקה פונעם רבי'ן שליט"א.
די פייערדיגע טענץ האבן אנגעהאלטן ביז שפעט ביינאכט, ווען דער עולם איז אהיים פול מיט ישועות און התרוממות נאך אזא געהויבענע נאכט.































































תגובות